פרישער ווינטער זמן אין ישיבה און אין די מוסדות
א חשון תשפ 📝
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אריין אינעם צוועלפטן יאר פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, די ישיבה האט זיך געעפנט בשנת תשס"ט לפרט קטן; יעצט צום נייעם זמן זענען נתרבה געווארן ספסלי בית המדרש, עס זענען אנגעקומען פרישע טייערע ליכטיגע בחורים וואס עס איז נאך נישט געווען ביז יעצט.
דער סדר היום אין ישיבה איז ווי פאלגעד: אינדערפרי אכט אזייגער הייבט זיך אן דער טאג מיט'ן שיעור גמרא, אכט אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר דעם דף בבלי און דעם דף ירושלמי; שחרית דאוונט מען צען אזייגער; נאכדעם לערנען די בחורים - יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, גמרא והלכה וכו'; צוויי אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא, רש"י, תוספות - ביז הלכה; דריי אזייגער איז מנחה, און פינף אזייגער געט דער ראש ישיבה דער בארימטער טעגליכער שיעור התחזקות.
די חדר גייט ב"ה אויך אן מיט א שטארקייט, און אזוי אויך גייט די סקול אן מיט די זעלבע וועג ווי אלע יארן; מען לערנט מיט די קינדער די ריינע אמונה, מען לערנט מיט די קינדער חכמת החיים - ווי אזוי צו קענען לעבן א חיים טובים, זיי זאלן וויסן ווי אזוי מען לעבט ווען דאס לעבן גייט נישט ווי אזוי מען וויל, נישט צו ווערן פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי מען וויל, און ווי מען האט געפלאנט; מען זאל וויסן און לעבן מיט די ידיעה אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס אלעס איז ער אליינס, און מען קען נישט פארשטיין 'פארוואס', 'פאר ווען' און 'פאר ווי'; אויך דער כולל להוראה גייט אן מיט א שטארקייט, מען לערנט הלכות שבת און הלכות טהרה, די אינגעלייט לערנען מיט א שטארקע התמדה.
פארגאנגענעם שבת פרשת בראשית האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי; פון וואס דער ראש ישיבה איז זייער נתפעל געווארן, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דארט אזא הייליגקייט, אלע אינגעלייט לעבן מיט א ליבשאפט, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן"; אלע דיבורים וואס מען רעדט אין שטעטל איז פון רבי'ן, מען שפירט דארט עפעס וואס מען שפירט נישט ערגעץ אנדערש. דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפנט אין שטעטל א כולל בוקר להלכה וואו עס זיצן אינגעלייט תלמידי חכמים און לערנען הלכות טהרה, זעקס אזייגער אינדערפרי; ביינאכט איז דא א שיעור אין גמרא, מען לערנט פאר דעם בלאט גמרא, רוב איינוואוינער האלטן מיט דעם שיעור.