פרישער ווינטער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש
כח תשרי תשפ"ב 📝
יעצט נאך סוכות, הויבט זיך אן - מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - דער נייער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש ברסלב.
די פרישע בחורים, וואס קומען יעצט ארויס פון די הייליגע תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, און האבן ברוך ה' זייער שיין מצליח געווען אין חדר, ווי עס זאגן עדות אלע וועלכע זעען די טייערע קינדער פון די תלמוד תורה, אז אזעלכע קינדער איז שווער צו טרעפן, קינדער וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, קינדער וואס זענען צו גאט און צו לייט, קינדער ביי וועמען דער הייליגער רבי איז איינגעקריצט ביי זיי אין די ביינער און זיי לעבן מיט די אלע הייליגע עצות, ממש לשם ולתפארת.
אלס מגיד שיעור איז אויפגענומען געווארן הרה"ג מוה"ר אלחנן רוטה שליט"א וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין כח ההסברה, פון וואס די בחורים וועלן זיכער הנאה האבן, און וועלן שטייגן על במתי התורה והיראה.
דער מנהל פון די ישיבה קטנה איז מוה"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס וועט אי"ה באגלייטן די בחורים טאג טעגליך, אז זיי זאלן מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם.
מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן אז די בחורים זאלן גאר שיין מצליח זיין דעם קומענדיגן זמן, לערנען און דאווענען און זיך שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז.
מעלין בקודש!