פרישער זומער סעזאן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל
ז תמוז תשפ"ו 📝
ווי יעדן יאר וועלן די תלמידי הישיבה און פילע משפחות פון שטאט ארויספארן צום שטעטל און אין קעמפ צו וויילן דורכאויס די זומער וואכן. דארט וועט מען אויסניצן די זומער טעג מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון אלע ראיות אסורות, און זיך קונה זיין פילע גוטע זאכן.
די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג. אין קעמפ פארברענגט מען נאר מיט די ביימער, דעם הימל און מיט'ן באשעפער; עס איז גארנישט דא פאר די אויגן נאר זיך קונה זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה - דעם יום הדין - מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט דורכאויסן זומער.
אלע משפחות וואס האבן שוין געהאט די זכיה מיטצולעבן א זומער אין קעמפ, ווייסן און פילן גאנץ גוט וואס פאר א געוואלדיגע השפעה דאס האט געהאט אויף זיי און אויף די קינדער. מ'אטעמט דארט אמונה, מ'לעבט מיט'ן באשעפער און מ'ווערט נתחזק פון די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. נאך אזא זומער שפירט מען זיך ממש ווי מ'קומט ארויס פון אן "אמונה ריהעב"; ס'ווילט זיך פשוט אויסשרייען אין די גאסן: "עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מ'קען האבן אזא זיס לעבן אינאיינעם מיט'ן אייבערשטן!"
דער ראש ישיבה האט אמאל ארויסגעברענגט א נקודה: אויב קאנטרי איז אזא געוואלדיגע זאך, פארוואס פארט מען נישט א גאנץ יאר? און אויב פעלט עס נישט אויס, פארוואס דארף מען עס פונקט פאר צען וואכן? נאר מען דארף אנקוקן דאס פארן אין קאנטרי ווי א סארט "ריהעב", וואו מיר קומען אביסל צו זיך פון אלע אנשיקענישן פון א גאנץ יאר, ווען מען האט אפילו נישט קיין צייט ארויפצוקוקן צום הימל, און וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען נאר בילדינגס, געלט און ביזנעס, ביז מען פארגעסט חס ושלום צו טראכטן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. שוין אפגערעדט פון די הייסע זומער טעג, ווען דער יצר הרע ברענט אויף די גאסן און די פריצות איז פשוט אומדערטרעגליג. אין די עטליכע וואכן ערהוילט מען זיך פון דעם אלעם און מען שעפט פרישע כוחות אויף א גאנץ יאר, ממילא איז דאס די בעסטע הכנה צו קענען פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן אויף ראש השנה.
יעדן אינדערפרי פונקטליך אכט אזייגער וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען דעם שיעור דף גמרא צווישן די ביימער. אזוי אויך וועט פארקומען א טעגליכע שיעור ספעציעל פאר די בחורים, און יעדן ליל שישי וועט זיין א ספעציעלע שיעור פאר די אינגעלייט. מוצאי שבת קודש וועט מען פראווען א סעודת מלוה מלכה אי"ה איין שעה נאכן זמן, וואו מען וועט זוכה זיין צו הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א דיבורי התחזקות פאר די קומענדיגע וואך.
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער-סעזאן אויך זיין א גרויסע סוקסעס, פונקט ווי אין די פארגאנגענע יארן, וואו מ'וועט זיך קענען אנשעפן פולע הויפנס מיט תורה ויראת שמים.
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!