פרישער חתן אין ישיבה
ה ניסן תשפ 📝
א פרישער חתן איז דא די וואך אין ישיבה; החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו.
דער חתן איז געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און דארט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט, און געהייסן דאס אויפקריצן אויף זיין מצבה, אז יעדער וואס דארף א שידוך וואס וועט אויסזאגן ספר תהלים ברציפות ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט א שידוך ווי שנעלער.
ווי אויך האט ער געטון די סגולה פון מוהרא"ש, צו לערנען פערציג מאל מסכת תענית אין פערציג טעג.
דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס, וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא, ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים.
שמחה ונחת לרוב!