מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען ביי אידן איבעראל די גוטע בשורה איבער די ערשיינונג פונעם פרישן קונטרס "א כשר'ן פסח". יעצט אין די צייט ווען מען גרייט זיך צו דעם הייליגן און פרייליכן יום טוב פסח, איז די בעסטע צייט צו חזר'ן וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און ווי אויסצונוצן דעם יום טוב אויפ'ן בעסטן אופן.
דער קונטרס געבט א קלארן בליק אויף די אלע זאכן, און וועט פארשאפען אן אמת'ן עונג יום טוב פאר די אלע וועלכע ליינען דעם קונטרס, און זענען מקיים וואס דארט שטייט.
דער קונטרס, ווי אויך די הערליכע הגדה של פסח "אור זרוע" אין אידיש, און  נאך פילע אנדערע ספרים און קונטרסים, איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט.
כאילו הוא יצא ממצרים!