פרישער קונטרס "האב רחמנות אויף דיין קינד"
א סיון תשע"ז 📝
מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען ביי אידן איבעראל די גוטע בשורה איבער די ערשיינונג פונעם פרישן קונטרס "האב רחמנות אויף דיין קינד". דער קונטרס ברענגט ארויס די וויכטיגקייט אז די עלטערן זאלן רחמנות אויף זייערע קינדער און זען זיי חתונה צו מאכן ווי פריער.
אינעם קונטרס ווערט ערקלערט די סיבות וואס האלטן אפ די עלטערן פון חתונה מאכן די קינדער באצייטנס, און עצות ווי אזוי דאס צו פארמיידן, ווייל די וויכטיגסטע זאך פאר די קינדער איז אז זיי זאלן חתונה האבן ווי יונגער.
ווי אויך ווערט שיין ארומגערעדט אינעם קונטרס וואס עס איז די סיבה וואס מען זעט ליידער אזויפיל אידישע קינדער וועלכע פאלן אוועק אויך פון גאר היימישע שטובער, און עצות ווי אזוי דאס צוריק צו האלטן.
דער קונטרס, ווי אויך נאך פילע אנדערע ספרים און קונטרסים, איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט.
והשיב לב אבות על בנים!