פרעזידענט ביידען לייגט אריין פרעזידענטליכע פארמעסט אין א נעפל
טו תמוז תשפ"ד 📝
מיר לעבן דורך היינט זייער מאדנע און היסטארישע צייטן, עס גייט נישט דורך קיין טאג אדער צוויי וואס די וועלט קערט זיך נישט איבער מיט א פרעצעדענטלאזע נייעס. היינט זונטאג מיטאג קומט א פרישע אויפרייס. דער אמטירענדער פרעזינדעט דזשאסעף ביידען האט זיך אפגעזאגט פון זיין פארטיי'ס נאמינאציע. אזא זאך וואלט נישט געווען אומדערהערט, אבער אז מען האלט נאכדעם וואס א קאנדיטאט האט געווינען גאר גאר שטארק צו ווערן נאמינירט, זאל זיך ארויסציען דערפון אין די לעצטע מינוט איז נאך נישט געווען אין אמעריקע'ס היסטאריע. עס איז יעצט זייער אומקלאר וויאזוי עס וועט צוגיין פאר די דעמאקראטן אויסצואוועלן א פרישע קאנדידאט ווען מען האלט שוין נאך אלע פריימעריס, און עס וועט זיין א גענצליך אנדערע וועג אויסצוקלויבן דעם קאנדידאט. מיט דעם שריט האט ביידען באפרייט אלע זיינע דעלעגאטן וואס וואלטן אים געדארפט ערוועלן ביים דעמאקרטישן קאנווענשן אין בלויז דריי וואכן פון יעצט זיי זאלן קענען שטימען פאר סיי וועם זיי ווילן. די דעמאקראטן זענען זייער צושפליטערט איבער ווער עס זאל איבערנעמען ביידענ'ס פלאץ און זיי האבן נישט קיין קלארע פירער פון זייער פארטיי צו די יעצטיגער צייט. דער וויצע פרעזידענט העריס איז בכלל נישט פאפולער, און עס איז נישטא קיינער אנדערש וואס זאל זיין קיין פראנט ראנער. מען וועט עס דארפן געבן אביסל צייט צו זען וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן און אנטוויקלען.
ווער עס טראכט אביסל צוריק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט בערך א יאר צוריק וואלט זיך נישט געקענט חלומ'ען אז מען וועט דא האלטן אין די יעצטיגע צייט. די דעמאקראטן זענען געווען גאר שטארק פאראייניגט מיט זייער פרעזידענט אין אמט, און אלע האבן אים ארומגענומען און באשיצט פון אלע פיילן, בשעת די רעפאבליקאנער זענען געווען צוריסן און צושפליטערט און עס איז געווען א גאר העפטיגע קאמף איבער ווער עס זאל ווערן אויסגעוועלט אין די פריימעריס. עס האט אויסגעזען ווי ביידען פארט אויף א פארזיכערטע באן שטארק און פעסט צו זיין צווייטע טערמין, און די רעפאבליקאנער זענען די וואס זענען זיכערע פארלירער. אבער דער אויבערשטער איז דער וואס פירט די וועלט, ער איז "משפיל גאים עדי ארץ", ווען ער וויל נעמט ער די וואס זענען ביים שפיץ און ווארפט זיי אראפ צו דער ערד, און איז "מגביה שפלים עדי מרום" ער הייבט אויף די וואס זענען אין דער ערד ארויף צום הימל. דערפאר דארפן מיר נישט קוקן ווי שטארק מיר זענען געפאלן און פארלוירן, לאמיר פארגעסן אלע אונזערע מחלוקת'ער און זיך ווענדן צום אויבערשטן וואס וועט אונז אויפהייבן צו די העכסטע מדיגות אויב מיר וועלן נאר נישט אויפגעבן. אפילו מען האט אויף דיר געשאסן מיט א ביקס, עס האט דיר געכאפט, ביסט צובליטיגט און אראפ געפאלן, הייב דיך אויף און "פייט פייט פייט", מיר פייטן דורך ווארפן א ווארט פון תורה צום אויבערשטן, א ווארט פון תפלה און התבודדות, איין קוק ווייניגער, דאס וועט אונז אויפהייבן צו אונזער ענדגילטיגער זיג.
די וואך פרשת פנחס איז א לאנגע סדרה, בערך 180 פסוקים, לאמיר היינט אנהייבן די סדרה, אנשטאט הערן די נייעס און קאכן אין פאליטיק, וועלן מיר עפעס אויפטון אין די צייט, און מיר וועלן אנקומען צום אמת'ן תכלית אויף וואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט.