דער אמטירענדערע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשאו ביידען, וואס איז שוין מיט איין פיס אינדרויסן האט באשלאסן אין די לעצטע טעג פון זיין קאדענץ צו באגנאדיגן זיין זון האנטער.
 
די געשיכטע פון האנטער ביידען גייט צוריק א לאנגע צייט, עס איז שווער איבערצוגיין אלע דעטאלן, אבער בשעת טראמפ איז באשולדיגט געווארן אין זיך אננעמען פאר רוסלאנד, און אז רוסלאנד האט אים צוגעהאלפן געווינען זיין ערשטער טערמין, האבן זיינע קעגנער באשולדיגט ביידען אין זיין משוחד פון אוקריינע, ווען ער איז געווען אין די באורד פון די אוקראינישער באריסמע אויל פירמע בשעת זיין טאטע איז געווען וויצע פרעזידענט. דער פאזיציע איז געווען בלויז א טיטל אן א מיטל, און זיינע באשולדיגער טענה'ן אז די סיבה פארוואס די פירמע האט אים באצאלט אזויפיל געלט איז בלויז צו קענען שטופן די אבאמא-ביידען אדמיניסטראציע צו אינטעווינירן אין אוקראינע לטובת דער פירמע.
 
כאטש ביידען האט פארשפראכן אז טראץ וואס ער אלץ פרעזידענט האט די כח צו פארדאנירן וועם ער וויל, וועט ער עס נישט טון פאר זיין זון, צוליב "קאנפליקט אף אינטערעסט", און ער וועט נאטורליך אלס טאטע נאר זען די אומשולד פון זיין זון, האט ער היינט ארויסגעגעבן א דעקרעט וואס טוט ריינוואשן זיין זון און אים באגנאדיגן פון סיי וועלכע פארברעכן ער זאל נאר האבן געטון אין אמעריקע אין די לעצטע עלעף יאר.
 
טראץ וואס פילע פאלטיקאנטן - בעיקר אויף די לינקע זייט - ברויזן, איז עס אבער געווען צו ערווארטן, ווייל א טאטע בלייבט א טאטע, טראצדעם וואס עס איז באקאנט אז דער האנטער האט געמאכט אסאך בזיונות פאר זיין טאטן, ער האט געליטן פון אים אסאך צער גידול בנים, קען קיינער נישט אוועקנעמען די רחמנות פון א טאטע צו זיינע קינדער.
 
דאס דארפן מיר אויך געדענקען אין אונזער לעבן, מיר זענען טאקע נישט געווען וואויל, אבער דער אויבערשטער איז דער בעל הרחמים, דער מקור החסד, און זיין רחמנות איז אומבאגרענציט, אז מיר וועלן אים נאר איבערבעטן און מודה זיין אז מיר זענען נישט געווען גוט, וועט דער "חנון המרבה לסלוח" אונז באגנאדיגן נאך אסאך שטערקער און בעסער פון דעם פרעזידענט צו זיין זון. דער באשעפער וועט אונז שטעלן אויף א פלאץ ווי אפילו צדיקים גמורים קענען נישט גרייכן. דאס קען א פרעזידענט נישט טון.
 
ווי דער ספעשל קאנסול וואס איז געשטעלט געווארן אויף דעם קעיס האט געזאגט אז ער גייט ווייטער מיט די קלאגעס, זאגענדיג אז ער האט טאקע באקומען פארדאן ער זאל נישט קענען באשטראפט ווערן, אבער ער קען נאך אנגעקלאגט ווערן.
 
בשעת די אויספארשונגען זענען ארויפגעקומען נאך פילע באשולדיגונגען אויף אים, איינס אז ער האט ליגט געזאגט אויף זיין אפליקאציע צו קויפן א ביקס, שרייבענדיג אז ער נעמט נישט קיין דראגס, בשעת ער האט שטארק געליטן פון צוגעבינדעקייט צום סם המות. אזוי אויך ווערט ער באשוליגט אין שטייער שווינדל, אז ער האט נישט באצאלט באצייטענס זיינע שטייערן פאר די אמעריקאנער רעגירונג.
 
מיר אבער וועלן ארויסגיין דורך וודוי דברים צום אויבערשטן מיט א פולקאמע פארדאן, א גענצליכע מחילה סליחה וכפרה, אן קיין שום פלעק.