ווי איינגעפירט אין אמעריקע, טרעט דער פרעזידענט אויף מיט א "סטעיט אף די יוניאן" (וואס מיינט "מצב פונעם לאנד") רעדע יעדעס יאר פאר ביידע חלקים פון קאנגרעס, נעכטן מאנטאג האט טראמפ געהאט די געלעגענהייט צו געבן דעם רעדע, ווי ער האט דערקלערט מיט פאטאס, אז מיט זיין אדמיניסטראציע הייבט זיך אן א פרישע קאפיטל אין אמעריקע, ווי לענדער וועלן מער נישט קענען טרעטן אויף אמעריקע, און די לינקע אגענדעס וועלן מער נישט אונטערברענגען אמעריקע פון אינעווייניג.
 
טראמפ האט געגעבן די לענגסטע דרשה אין פרעזידענטליכע קאנגרעס רעדע היסטאריע - כמעט צוויי און א האלב שעה, איבערשטייגענדיג דעם לעצטן רעקארד געשאפן דורך ביל קלינטאן אין תש"ס, וואס האט גענומען א גאנצע שעה ווייניגער.
 
אויספרעגן אויף די צוהערער ווייזן אז רוב רובם פון די צוהערער פונעם רעדע זענען געווען צופרידן, און די רעדע האט זיי געמאכט שפירן אז דער פרעזידענט זארגט זיך אויף זאכן וואס קימערט זיי, און האט זיי געגעבן האפענונג אז זאכן גייען צום בעסערונג.
 
צווישן אנדערע האט ער געטריבן שפאס פון פילע פראגראמען וואס זיין אדמיניסטראציע האט געפונען אין די פילע רעגירונגס אגענטורן וואס פלעגט שיקן ביליאנען און מיליאנען פאר אבסורדע פראגראמען וואס טייל פון זיי זענען פארשלייערט אונטער נעמען וואס קיינער פארשטייט ניטאמאל זייער באדייט... ער האט פארשפראכן אז ער וועט זיין דער ערשטער פרעזידענט אין לאנגע יארן וואס וועט דורכפירן א באלאנצירטע בודזשעט, וואס מיינט אז מען גייט נישט אויסגעבן מער געלט ווי עס קומט אריין.
 
די חובות פון די רעגירונג דערטרענקט אונז אין א זומפ וואס מיר קענען זיך קוים ארויסזען, האט ער געשריגן, וואס איז א נושא וואס איז באמת זייער אקטועל ביי יעדעם איינעם. דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר פון די חורבן וואס קומט ארויס פון חובות, פארוואס דארפן מיר עס הערן פון דעם פרעזידענט? אבער קבל את האמת, מענטשן לעבן אין שוואוילטאג, און קויפן וואס נאר די הארץ באגערט, און מען ווישט דעם קארטל איין מאל און נאכאמאל. די זעלבע זאך איז ביי שמחות.
 
"זאגסט זייער שיין" זאגסטו אפשר, "אבער איך בין שוין אין חובות, וואס טו איך יעצט"? די ערשטע זאך ווארף אוועק דיינע קרעדיט קארדס, מאך דיר א חשבון הנפש אויף וואס די שפענדסט דיין געלט, און סטאפ דאס בלוטיגן. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער הייליגער יום טוב פורים איז עס א געוואלדיגער געלעגענהייט ארויסצוקריכן אויך פון די אלטע חובות, פורים איז א צייט פון כל הפושט יד נותנים לו, מיר נעמען אן ביידע פשטים, בעט דעם אויבערשטן אז זאלסט קענען ארויסגיין פון דיינע חובות, און פשוט שטרעק אויס דיין האנט, אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים געבן זייער גערן, בפרט אין די הייליגע פרייליכע טאג פון פורים גייט ארויס אזויפיל צדקה וחסד. און דו דארפסט נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיינע חובות, אויב טרעפסטו א חבר אין דיינע שיך, מאך א שותפות מיט אים, ער וועט גיין פאר דיר, און דו פאר אים, וועסט קענען זאגן אז דו גייסט פאר דיין חבר וואס איז א גרויסע בעל חוב, און אויב נישט קענסטו סתם גיין נאך געלט פאר "א איד" אין שווערע חובות. דו ביסט נישט קיין איד? עס איז בושות צו גיין נאך געלט? עס איז אסאך גרעסערע בושות צו מאכן חובות, און נאך גרעסערע בושות איז צו האבן חובות און נישט באצאלן.
 
און די זעלבע זאך איז יעצט די צייט זיך אלעס אויסצובעטן ביים אויבערשטן, מיר זענען זייער גרויסע בעלי חובות צום אויבערשטן, און מיר דארפן מאכן א חשבון הנפש, און סטאפן דאס בלוטיגן, אבער מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן נוצן דעם כל הפושט יד, בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל אונז ארויסנעמען פון אונזער פלאנטער און מיר זאלן אים קענען דינען באהבה בשמחה וביראה, פורים און א גאנץ יאר.
 
כל הפושט יד נותנים לו!