פרעזידענט טראמפ לייכט פארוואונדעט נאך בייזוויליגע אטענטאט פארזוך
ח תמוז תשפ"ד 📝
פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג אין באטלער, פענסילוועניע, איז פארגעקומען א קאמפיין ראלי אויפן דורכן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, ווען אינמיטן זיין רעדע האט פאסירט אז א שיסער - וואס האט אויסגערעכנט צו האבן א פאזיציע אויפן דאך פונקט קעגנאיבער טראמפ'ס פאדיום - האט געשאסן עטליכע קוילן אין ריכטונג פון טראמפ, פון וואס טראמפ האט פארמיטן די קוילן, און איז בלויזט לייכט געשעדיגט געווארן ביי די רעכטע אויער, ער איז שנעל אראפגעפירט געווארן פונעם סטעידזש דורך די סיקרעט סערוויס.
די מאטיוון פונעם צוואנציג יעריגער שיסער זענען דערווייל נישט קלאר. דער שיסער איז גלייך געשאסן געווארן דורך די סיקרעט סערוויס. טראמפ איז גלייך אוועקגעפירט געווארן פון דארט צום נענטסטן שפיטאל פארן אינטערזוכונג, און איז ארויס פון דארט נאך געציילטע שעות געזונט און שטארק, אבער מיט א פארוואונדעטע אויער… שפעטער האט זיך פרעזידענט ביידען פארבינדן טעלעפאניש מיט טראמפ, זיך נאפרעגענדיג זיין געזונהייט מצב.
אויך האט פרעזידענט ביידען ארויסגעגעבן א געשריבענע סטעיטמענט, זאגנדיג אז ער איז צעפרידן צו הערן אז טראמפ איז אקעי, און אז ער דאווענט פאר טראמפ און זיין פאמיליע, און פאר אלע וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי די ראלי. ביידען זאגט אז ער פארדאמט דעם אטענטאט פרואוו און זאגט אז עס איז נישטא קיין פלאץ פאר אזעלכע זאכן אין אמעריקע, און דאס גאנצע לאנד מוז זיך פאראייניגן עס צו פארדאמען.
מוצאי שבת ביים מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן די דרשה מיט די אויפטרייסלענדע נייעס, זאגענדיג אז די גאנצע וועלט רעש'ט יעצט מיט דעם וואס ס'האט פאסירט דעם היינט, און דאס ווייזט אז מען האלט שוין גאר נאנט צו די טעג וואס משיח גייט אונז אויסלייזן, נאכדעם וואס מ'זעט אז ס'פאסירט פלאים'דיגע זאכן וואס מען הערט נישט יעדן טאג.
אויך היינט אינדערפרי נאכן שיעור גמרא האט דער ראש ישיבה געזאגט: אז ווען א מענטש שטופט זיך ארויף צו הויעך, קען פאסירן אזעלעכע זאכן, ווען ער זאל זיין א שטילער מענטש פאר זיך וואלט אים גארנישט פאסירט.
מען האט באשיינפערליך געזען אז די סיקרעט סערוויס מיט זייער בודשעט פון ביליאנען דאלער א יאר איז גארנישט ווערט. נאר דער אויבערשטער קען היטן א מענטש, און נאר אין אים קען מען זיך פארזיכערן. זייערע פילע זיכערהייטס מיטלען האבן גארנישט געהאלפן ראטעווען דעם פרעזידענט. טראץ זייערע בארימערייען זיך אז מען קען גארנישט פארמיידן פון זייערע שארפע אויגן, וואו די בעסטע העכסט טרענירטע געהיימע אגענטן שפינירן דורך אלעס אינעם אומגעגענט, און גארנישט קען בייקומען זייערער שטרענגע זיכערהייט, וואלט דער שיסער געקענט אומברענגען דעם פרעזידענט, ווען ער שיסן ווען מיט איין אינטש ווייטער. ער איז געראטעוועט געווארן נאר ווייל עס איז געווען באשערט פאר אים צו בלייבן לעבן.
דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז ביידע קאנדידאטן זענען שוין געווען פרעזידענט, און מ'האט שוין געזען וואס זיי קענען ברענגן צום טיש, זיי האבן נישט קיין חידושים, במילא וועט עס פאר אונז נישט צופיל אויסמאכן. מיר אלע דארפן ווייטער צאלן די דירה יעדן חודש, קאווערן דעם חודש מיט אלע הוצאות, זיי וועלן אונז נישט קענען העלפן דערמיט, מיר דארף האלטן דעם קאפ גראד, און אונזער מח זאל נישט פארדרייט ווערן פון די פילע דראמטישע קאמפיין נייעסלעך, בשעת עס איז קאלר אז נאר דער אייבערשטער קען אונז העלפן.