אנשי שלומינו האבן איבערגעפילט דעם עטרת חי' שרה זאל אין מאנס פאר צוויי וואכן צוריק ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע, ווען די מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל האבן דאן אפגעהאלטן א הערליכע מסיבה של מצוה אויפצוטרייבן נדבות פון אנשי שלומינו צו קענען דעקן די שנעל וואקסענדע מוסודת היכל הקודש אין ארץ ישראל.
 
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען א הערליכע פראפעסיאנעלע פרעזענטאציע, מען האט געשפירט ווי מען גייט פערזענליך שפאצירן אויף די געסאלאך אין ארץ ישראל און מען האלט מיט א טאג אין די הייליגע מוסדות. דער פרעזענטציע האט איבערגעלאזט א אומגעהויערער רושם אויף אלע וואס האבן עס געזען, און עס זענען געקומען פילע ווענדונגען סיי פון באטייליגטע וואס ווילן עס ווידער זען, און פון פילע וואס האבן זיך נישט געקענט באטייליגן, צי ווייל זיי וואוינען אין אנעדערע שטעט אדער פאר אנדערע סיבות, אז מען זאל פארעפענטליכן דעם הערליכן פרעזענטציע.
 
ב"ה אז היינט האט מען ארויפגעלייגט דעם פרעזענטציע אויפן פאולערען וועבסייט "ברסלב עני טיים" אונטערן נאמען "מוסדות ירושלים בני ברק טבריה" ווי מען מען פליעט אריין מיט'ן פרעזענטאציע קיין ירושלים עיה"ק מיט די שלוחים פון פונעם ראש ישיבה, באזוכן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, מען זעט דעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ווי מען זעט די בא'חנ'טע ארץ ישראל'דיגע קינדער בחורים און אינגעלייט, מלמדים און עלטערן און מען האלט מיט א טאג פון די מוסדות.
 
צווישן אנדערע שטופט מען זיך דורך צווישן די שמאלע ירושלימער מאה שערים'דיגע געסאלאך, דער מנהל המוסדות הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א איז מקבל פנים דעם גבאי פון רבי מאיר בעל הנס וואס איז געקומען צו פליען פון אמעריקע הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א. מען גייט אריין צו די קליינע קינדער צום ישיבה קטנה. שפאצירנדיג אין בתי אונגארן גייט מען דורך די השתלשלות פון די מוסדות, פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט געשטרעבט צו עפענען א קהלה און מוסדות אין ירושלים פאר לאנגע יארן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן און די מוסדות האבן זיך געעפענט בזעיר אנפין, און וואו מען האלט היינט.
 
מען קוקט אריין צו די גרויסע קינדער אין חדר וואס לערנען פלייסיג חומש און זאפן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מען כאפט א שמועס מיט די געטרייע מלמדים הר"ר יוסל כ"ץ שליט"א מיט'ן תלמוד הישיבה ר' יעקב סאמעט וואס העלפט די מלמדים און די מוסדות, דער מנהל אין זיין אפיס לייגט אראפ די ציל פון די מוסדות, וואס וויל מען די קינדער זאלן קונה זיין אין חדר, אין סקול און אין ישיבה, מען שמועסט מיט'ן אפיס מענעדזשער ר' שלמה מינצבערג וואס גייט דורך אביסל די בודזשעט, די הכנסות, שכר לימוד, וכדומה, און וויאזוי מען באווייזט צו דעקן די הוצאות.
 
מען באזוכט אין די קיך פון די מוסדות, ווי מען לערנט אויס די בחורים ארויס צו העלפן און ווערן זעלבסט שטענדיג, מען זעט זיי אנגרייטן די נארהאפטיגע געשמאקע פרישטאגס, און די פליישיגע מיטאגס וואס זעטיגט פילע קינדער וואס האבן נישט ערגעץ אנדערש וואס צו עסן.
 
מען הערט איבער די פלענער צו בויען א געהעריגע קיך, נאכדעם וואס יעצט ארבעט מען אין א צימער אן קיין וואסער און און קיין סינקס, מען הערט די נייעס אז דער זכות איז געווארן אפגעקויפט געווארן דורך הר"ר אהרן שלעזינגער שליט"א, און וועט באקומען דעם פאסיגן נאמען "רבי ישעי'לעס קאך", וואס וועט גלייכצייטיג אויך צושטעלן עסן פאר משפחות וואס האבן נישט.
 
מען זעט די לעכטיגע בחורים אין ישיבה לערנען סדר דרך הלימוד, מען שמועסט אביסל מיט'ן מגיד שיעור וואס לייגט אראפ דער ציל און די סדר פון די ישיבה, דערנאך בליקט מען אריין צו די פיצעלעך פון בית פיגא ווי מען לייגט אריין תפילה אמונה און מידות טובות אין די קינדער.
 
מען באזוכט אינעם נישנוש רעסטוראנט אין הר נוף ווי מען באגעגענט דעם אייגענטומער ר' נח לעווי א טאטע פון תלמידים און מען הערט ווי שטארק די עלטערן זענען צופרידן, און ווי די גאנצע שטוב האט זיך געטוישט זינט די קינדער לערנען אין די מוסודת.
 
פון דארט פארט מען אריבער צום עיר התורה בני ברק, מען זעט די ברסלב'ע קינדער שפילן אין הויף, און דערנאך זעט מען זיי מיט'ן מלמד ווי זיי לערנען פלייסיג, מען לאזט זיך ארויס אין א טאנץ מיט די קינדער, די קינדער פארציילן מעשיות פון תפלה, מען כאפט א שטיקל שמועס מיט'ן מלמד הר"ר אבא חייא רייזמאן, און מיט ר' משה רעכניצער, ר' ישראל דוד ברוקמאן, טאטעס פון תלמידי המוסדות, מען הערט פון זיי ווי שטארק זייערע קינדער פרייען זיך צו גיין אין חדר. דערנאך זעט מען ווי די שליחי המוסודות בעטן זיך אויס ביים ציון פונעם גרויסן גאון דער חזון איש זי"ע פאר זיך און פאר אלע תומכים.
 
פון דארט פארט מען קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש, ווי מען בעט דעם אויבערשטן אין זכות פונעם צדיק וואס האט אונז איבערגעגעבן די אלע זיסע עצות און לימודים, און האט אונז אריינגעלייגט די אמונה פשוטה, און האט זיך מוסר נפש געווען פאר אונז אלע זיינע יארן.
 
דערנאך קומט מען אן צו היכל הקודש טבריה, מען זעט די קינדערלעך לערנען פלייסיג ביים מלמד הר"ר יוסף סאקס שליט"א, מען שמועסט אביסל מיט ר' משה ראזענבערג און מיט ר' נפתלי קארנבלי וואס האבן קינדער אין די מוסדות אין טבריה, וואס פארציילן ווי שטארק זיי זענען פרייליך אז זיינע קינדער לערנען אין ברלב, ווי מען לייגט אריין אמונה אין זייערע קינדער.
 
דערנאך זעט מען דעם מלמד פון טבריה הר"ר יוסף סאקס שליט"א וועמען דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט פאר א שליח צו מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה יעדע ערב שבת, יעדע ערב ראש חודש, און סיי ווען מען דארף א ישועה פאר אלע אנשי שלומינו וואס שטיצן די מוסדות היכל הקודש על טהרת הקודש אין ארץ ישראל, וואס פארציילט גרויסע ישועות וואס ער האט שוין געזען דורך מתפלל זיין ביי דעם מקום קדוש.
 
פרעזענטאציע פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און טבריה