פרעמיער מיניסטער מאדזשיאר נעמט איבער די לייצעס אין אונגארן
כט ניסן תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
אין אונגארן קומט יעצט פאר א גרויסע פאליטישע איבערקערעניש. דער לאנגיעריגער פירער, פרעמיער מיניסטער וויקטאר אורבאן, האט איבערגעגעבן די לייצעס פון די רעגירונג פאר א נייעם פרעמיער מיניסטער, פיטער מאדזשיאר, נאכן דינען אין דעם פאזיציע פאר זעכצן יאר. אורבאן האט געהאט א גאנץ אנדערע בליק אויף די וועלט ווי רוב פון זיינע אייראפעאישע קאלעגעס; ער איז געווען באפריינדעט מיט פוטין און טראמפ, און האט זיך אפט אקעגן געשטעלט די שטיצע וואס אייראפע האט געוואלט געבן פאר אוקראינע. נאך זיין געווינס האבן אסאך זיך געזארגט צי רוסלאנד און אמעריקע וועלן דאס קענען גרינג אראפשלינגען.
אבער למעשה האט מען געזען אז די שרעק איז געווען אומזיסט. די וועלט פירער האבן זיך שנעל צוגעוואוינט צום נייעם מצב. סיי פון אמעריקע און אפילו פונעם קרעמלין אין מאסקווע זענען געקומען ווארעמע גריסן צום נייעם פרעמיער מיניסטער. פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט צוטרוי אין מאדזשיאר, און אלע זענען געלאפן זיך חנפ'נען צו אים, מיינענדיג אז דערמיט פארזיכערן זיי אז די באציאונגען צווישן זיי און אונגארן וועלן בלייבן אויף גוטע טערמינען.
דאס דערמאנט אונז די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן. עס ווערט דערציילט אז שטייענדיג ביים פענצטער אין זלאטיפאלי און קוקנדיג אויפן מארק, וואו ער האט געזען די סוחרים, די פערד און די וועגענער, האט ער זיך אויסגעדרוקט: "אין פופציג יאר ארום וועט דא ווייטער זיין א מארק, עס וועלן ווייטער זיין וועגענער און פערד — נאר עס וועלן זיין אנדערע פערד..."
מיר זעען פאר אונזערע אויגן דעם "דור הולך ודור בא". אזוי גערופענע פירער קומען און פירער גייען, רעגירונגען טוישן זיך, אבער די וועלט גייט אן מיט איר רוטין כאילו גארנישט איז געשען. "אין כל חדש תחת השמש" - פאליטיק בלייבט פאליטיק, אינטערעסן בלייבן אינטערעסן, נאר די פנימ'ער טוישן זיך.
צי מיר וועלן נאך דא זיין אין פופציג יאר ארום אדער נישט, קען קיינער נישט וויסן; אבער דאס איז זיכער, אז מיר זענען נישט דא פאר אייביג. חנפ'ענען מענטשן וועט אונז גארנישט ברענגען, ווייל אפילו ווען א מענטש זאל שוין יא וועלן העלפן, קען ער אונז נישט העלפן; ער קען אפילו זיך אליינס נישט העלפן. וואס בלייבט יא? תורה און תפלה. דער הייליגער רבי נתן האט זיך אמאל צופייערט: "די וועלט איז נישטא און מען קען איר נישט האבן, יענע וועלט איז יא דא און מען קען איר דערגרייכן." דאס ווארט איז זייער א פשוטע, אבער אין די זעלבע צייט א טיף ווארט.
דער סמ"ך מ"ם וויל אונז פארדרייען דעם קאפ דאפלט. יעדער איד ציט צום אויבערשטן, ער וויל זיין גוט און ער וויל שפירן א קרבת אלוקים. וואס טוט אבער דער סמ"ך מ"ם? פון איין זייט מאכט ער די וועלט אויסזען גלאנציג; ער נעמט ארום די גשמיות'דיגע זאכן מיט בלישקעדיגע "רעפינג" פאפיר, און ער פרובירט מיט אלע כוחות מיר זאלן טראכטן אז דארט ליגט דאס גליק — אז "עפעס איז דארט דא"... אבער דאס איז אים נישט גענוג; ער ווארפט אונז אראפ מיר זאלן דורכפאלן, און דערנאך זאגט ער פארן מענטש: "דו ביסט א דורכפאל, דו וועסט שוין סייווי נישט קענען זיין קיין ערליכער איד. קוק וויפיל מאל דו האסט שוין צוגעזאגט אז 'גענוג איז גענוג', אויב דו ביסט שוין סייווי דערנאך, מאך כאטש א לעבן אויף דער וועלט".
דאס שרייען דער רבי און רבי נתן צו אונז: "אין שום יאוש בעולם כלל!" יא, אויך דו קענסט נאך זיין אן ערליכער איד; עס איז נישט עפעס וואס דו קענסט נישט באווייזן. "שבע יפול צדיק וקם" — אז מען פאלט אראפ מיינט עס נאך נישט אז מען איז נישט קיין צדיק. די שאלה איז נאר וואס דו טוסט יעצט. שטעל דיך אויף, און דו ביסט א צדיק! מען קען עס יא דערגרייכן, נאר געב נישט אויף.
דער אמת'ער קנין וואס א מענטש נעמט מיט מיט זיך, זענען נישט קיין פאליטישע קשרים (שקרים...), נאר די שעה'ן וואס מיר כאפן אריין מיט א פרק משניות, א קאפיטל תהילים, אדער אן אמת'ער קרעכץ און א ווארט צום אויבערשטן. אינמיטן דעם יאגעניש פון די גשמיות'דיגע וועלט, לאמיר נישט פארגעסן אז אונזער ציל איז קונה צו זיין נצחיות אין א וועלט וואס איז בלויז א דורכגאנג.