פרשת שמות - אידן פרישן זיך אויף צו מעביר סדרה זיין
איבעראל אין כלל ישראל רעדט מען ארום די וואך פרשת שמות - דער אנהויב פון די הייליגע שובבי"ם טעג - איבער דעם חיוב פון "מעביר סדרה" זיין די פרשה יעדע וואך. אלע ברענגען צו דעם בעל הטורים וואס שרייבט אז דאס איז מרומז אין די ווערטער "ואלה שמות" וואס איז ראשי תיבות "וחייב אדם לקרוא הפרשה שניים מקרא ואחד תרגום".
 
די מלמדים ווארעמען אן די קינדער איבער דער גרויסער מצוה, און איבער דעם שכר דערויף וואס חז"ל זאגן (ברכות ח.): "אמר רב הונא בר יהודה אמר רבי אמי: לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום, שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו." ווער עס איז מעביר סדרה יעדע וואך, וועט האבן אריכת ימים ושנים.
 
מיר אלע האבן זייער שטארק געוואלט מקיים זיין דעם הייליגן צווי פון חז"ל, און באקומען די גרויסע ברכה פון אריכת ימים, א סגולה נישט פון עפעס א באבא, א סגולה וואס שטייט אין דער גמרא. אבער וויאזוי טוט מען דאס? אפשר אלץ בחור אין ישיבה, ווען מען האט נישט געלאזט גיין עסן פרישטאג, האט מען עס אפשר געטון ווייל מען האט געמוזט, אבער שפעטער ווען מען האט חתונה? עס איז פרייטאג נאכ'ן דאווענען, מען דארף ערלעדיגן טויזנט זאכן, "איך וועל שוין שפעטער מעביר סדרה זיין - נאכמיטאג", אבער א נעכטיגן טאג. דער טאג פארט אזוי שנעל דורך, קוים וואס מען האט געקענט כאפן א מקוה לכבוד שבת.
 
"נאכ'ן דאווענען וועל איך שוין מעביר סדרה זיין," טראכט איך. "די זמן איז סייווי אזוי פרי, וועל איך לערנען אביסל ביז זיבן אזייגער." אבער וואס ווען וואו, נאכ'ן דאווענען קומט צו א איד, "האסט געהערט וואס עס גייט פאר..." פון דעם איין מינוט שמועס, באמערק איך פלוצלינג, "אוי, עס איז שוין אזוי שפעט, מיין ווייב ווארט שוין." "נאך די סעודה," זאגט מיר מיין מח, "עס איז א לאנגע ווינטערדיגע נאכט." אבער די נעקסטע זאך וואס איך געדענק, איז ווי איך דערזע מיך שבת אינדערפרי לויפן מיט איין אטעם אין שול. אזוי גייט דורך א וואך נאך א וואך, און מען מיינט אז יעדע וואך בין איך מעביר סדרה, נאר "פונקט" די וואך האב איך נישט געקענט.
 
דא קומט מוהרא"ש צו גיין. מוהרא"ש לערנט אונז אויס ווי אזוי אויך איך קען מעביר סדרה זיין. מוהרא"ש זאגט אונז צו מאכן א חשבון הנפש, פארוואס ביסטו נישט מעביר סדרה? ווייל דו ווילסט שלימות. אז דו וועסט מקיים זיין דעם פשוט'ן הלכה וועסטו זען אז עס איז נישט נאר וואס עס איז נישט שווער, נאר עס איז אזוי געשמאק. מען הייבט אן צו "לעבן" מיט די פרשה. מיין נייעס איז די היינטיגע סדרה. "האסט געהערט וואס איז געשען? דער אויבערשטער זאגט פאר משה רבינו גיי נעם ארויס די אידן פון מצרים, זאג זיי אז דער אויבערשטער האט נישט פארגעסן פון ענק. דער אויבערשטער האט ענק ליב."
 
וויאזוי קען מען זוכה זיין דערצו? חז"ל זאגן אונז, אז מען דארף "משלים זיין פרשיותיו עם הציבור" - דורכגיין די סדרה שניים מקרא ואחד תרגום "אינאיינעם מיט'ן ציבור". וואס מיינט "מיט'ן ציבור"? זאגט דערויף דער הייליגער מחבר: "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור" - פון זונטאג און ווייטער הייסט "עם הציבור".
 
דערפאר פלעגט מוהרא"ש בעטן כסדר אז מען זאל נישט ווארטן מיט מעביר סדרה זיין אויף פרייטאג. זיי רעאליסטיש. הייב אן פון זונטאג. זונטאג וועסטו לערנען ביז שני, און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. און מ'מעג גנב'ענען אפאר פסוקים יעדן טאג פונעם קומענדיגן טאג, אזוי אז ווען עס קומט דער קורצער און פארנומענער ערב שבת קודש, וועסטו נישט האבן מער פון עטליכע פסוקים, און וועסט זוכה זיין צו די געוואלדיגע זכי' פון לעבן מיט די הייליגע תורה.
 
כי הם חיינו ואורך ימינו.