אין ברסלב איז "נישטא" קיין שטרענגע שמחה תקנות, וואס יעדער מוז זיך האלטן דערצו, נאר וואס דען, דער ראש ישיבה האט געמאכט א תקנה אז יעדער מוז האבן שכל, און לעבן פאר זיך מיט אייבערשטן, און נישט זיך מפקיר זיין און זיך אנחובעצן פאר יענעם.
ווייל יעדער פארשטייט נאך אכצן יאר מאכן טייערער וואך נאכטס וכו' וואס קען צומאל קאסטן מער פון א פשוטע חתונה פון א מענטש מיט שכל, קען מען נישט פלוצלינג צופרידן שטעלן א זון אדער א טאכטער און מאכן א חתונה אין בית המדרש, מיט פשוטע צירונג, א.א.וו.
דערפאר איז אויפגענומען מיט גרויס דערלייכטערונג די שמחות וואס אנ"ש האבן לעצטענס געמאכט מיט די גרעסטע מאס פשטות און פרייליכקייט. מען האט געמאכט אמת'דיגע שמחות און זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן פאר זיינע גרויסע חסדים, און נישט געווארט אויף דעם און יענעמ'ס עטענטשן.
*
עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע שמחות קע"ה, וועלן מיר דא ברענגען א טייל שמחות פון די לעצטע חודש אלץ א ביישפיל.
*
די בר מצוה פון הב' בערל בן הר"ר משה ארי' שניצלער איז פארגעקומען אין ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען א פרייליכע שמחה.
 
עטליכע שעה פארן ארויספארן צום ציון פון הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, איז פארגעקומען די "לחיים-ווארט-תנאים" ביי הב' בנציון בהר"ר שמחה יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג בת הר"ר משה ארי' שניצלער הי"ו, ווי עס איז געווען א פרייליכע שמחה, אויף איידעלסטן אופן וואס איז נאר שייך.
*
די קידוש פון הר"ר יושע אליעזר גליק הי"ו, איז פארגעקומען אין אומאן ביים ראש ישיבה שליט"א, אויף א פשוטן און פרייליכן אופן.
*
די קידוש פון הר"ר נחמן שמואל יאקאבאוויטש הי"ו, איז פארגעקומען אין אומאן אין ביהמ"ד פון הגה"צ ר' יצחק לעססער שליט"א, אויף א פשוטן און פרייליכן אופן.
*
די קידוש פון הר"ר יוסף שניצלער שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו הק' בהר"ר משה ארי' שליט"א, חתן הר"ר דוד יודא איידליס שליט"א, איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל, אויף א פרייליכע אטמספערע אן אויסגעבן איבעריגע אידיש געלט.
*
די קידוש פון הר"ר יוסף פריעדמאן הי"ו, איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו קרית יואל, אויף א פרייליכע אטמספערע אן אויסגעבן איבעריגע אידיש געלט.
*
די קידוש פון הר"ר יואל משה פליישמאן שליט"א, מלמד מומחה, איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס קרית יואל, אויף א פרייליכע אטמספערע אן אויסגעבן איבעריגע אידיש געלט.
*
עס האט געהערשט א גרויס שמחה דאנערשטאג א טאג נאך צום גדלי' אין ביהמ"ד היכל הקודש ווילימאסבורג, ווען הר"ר מרדכי הערצאג הי"ו חתן הר"ר אייזיק אפעל שליט"א האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער.
*
א דערהויבענע שמחה איז געווען אסרו חג סוכות אין ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק, ווען הר"ר מנשה איצקאוויטש הי"ו האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער.
*
עס האט געהערשט א גרויס שמחה דאנערשטאג  חול המועד סוכות אין די סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ווילימאסבורג, ווען הר"ר מרדכי היימליך הי"ו האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער.
*
א גאר פרייליכע וואך נאכט און ברית איז פארגעקומען צום געבורט פון א זון ביי הר"ר ברוך יאקאבאוויטש שליט"א, בן המפיץ הגדול הר"ר נתן שליט"א, וואס האט צוגעשטעלט א הערליכע אבער גאר פשוטע שלום זכר, וואך נאכט און ברית וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ווילימסבורג.
*
א דערהויבענע שמחה איז געווען דאנערשטאג בראשית אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג, ווען הר"ר בנציון לאנדא שליט"א האט געגעבן תיקון נאכן דאווענען לכבוד קריאת השם צו זיין טאכטער.
*
דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדוקט "ווי איידער צו קויפן אן עכטע שטיינדל פאר ריגל, מיט א פאלשע הארץ, איז ענדערש צו קויפן א פאלשע שטיינדל, אבער מיט אן עכטן הארץ".
*
 
"זֵיי הָאבְּן דָארְט גֶעמַאכְט חַתוּנָה דִי קִינְדֶער, אוּן זֵיי הָאבְּן זֵיי גֶעשְׁטֶעלְט אַ חוּפָּה, אוּן זֵיי זֶענֶען דָארְט זֵייעֶר זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען, אוּן דִי חָתְן כַּלָה זֶענֶען אוֹיךְ זֵייעֶר פְרֵיילֶעךְ גֶעוֶוען" (סיפורי מעשיות, מעשה י"ג)