פשוטע שמחה פון א נאמען געבן ביי המפיץ מו"ה ראובן בירנבוים ני"ו אין ישיבה
כה תשרי תשפ 📝
היינט אינדערפרי איז פארגעקומען א נאמען געבן אין ישיבה ווי דער מפיץ מו"ה ראובן בירנבוים האט עולה געוען געווען לתורה, און א נאמען געגעבן פאר זיין ניי געבוירן טאכטערל. דער בעל שמחה האט פארציילט אז די גאנצע קידוש האט געקאסט נישט מער פון פופציג דאללער.
דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די שיינקייט פון מאכן פשוט'ע שמחות, ווי קלוג דאס איז אז מען ספענדט קיין אידיש געלט פאר איבעריגע זאכן.
אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט דערביי אז קומענדיגע וואך וועט אי"ה פארקומען א בר מצוה אין בית המדרש גענצליך בחנם פאר די עלטערן, ווי א חשובע אינגל יעקב יוסף סאלי נ"י פונעם ברסלבער חדר וועט פראווען מיט גרויס שמחה זיין בר מצוה.
דער ראש ישיבה רעדט ביים שמחה פון מו"ה ראובן בירנבוים ני"ו