פתיחת הזמן פונעם ווינטער זמן אין ישיבה
יב חשון תשפ"ז 📝
דעם פארגאנגענעם דינסטאג פרשת נח, האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן די דרשת פתיחת הזמן פאר די בחורים אין ישיבה. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעווארט אויף דעם טאג, ווען די בחורים פונעם שטעטל זענען אויך אריינגעקומען אין שטאט מיטצוהאלטן אין ישיבה, כדי מ'זאל קענען געבן די דרשה פאר אלע בחורים אינאיינעם.
דורכאויס די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א אוו עקגעשטעלט די דריי יסודות פון די ישיבה, און ארויסגעברענגט פאר די בחורים אז אויב זיי וועלן זיך צוהערן און פאלגן די הדרכות, וועלן זיי האבן א גוט און געשמאק לעבן, סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.
אלס ערשטע יסוד, איז די ישיבה אויסגעשטעלט אויף אן אופן אז יעדער איינציגער בחור האט א מהלך וויאזוי צו לערנען תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר "דרך הלימוד", א וועג צו לערנען דורך זאגן די ווערטער פון די תורה, אפילו אויב מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט און מ'געדענקט נישט וואס מ'האט געלערנט. אויף דעם וועג קען יעדער איינציגער איד לערנען תורה יעדן טאג, און קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון.
היות פילע בחורים האבן אנגעפרעגט וועלכע שיעורים זיי זאלן לערנען, האט דער ראש ישיבה שליט"א אוועקגעשטעלט פיר יסודות'דיגע שיעורים פאר יעדן בחור; אויב איינער וויל צולייגן נאך שיעורים, זאל ער קומען פרעגן פריוואט.
דער ערשטער שיעור איז חומש רש"י מיט תרגום. מען זאל זיך מאכן א קבוע'דיגן סדר צו לערנען יעדן טאג א שטיקל פון די פרשה, שנים מקרא ואחד תרגום: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביזן סוף וואך וועט מען האבן געענדיגט די גאנצע פרשה; מען קען עס שוין ענדיגן אפילו דאנערשטאג. עס וועלן נישט זיין קיין בחינות דערויף און מען גייט קיינעם נישט פארהערן, נאר דער עיקר איז אז יעדער בחור זאל זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש. דאס דארף נישט נעמען מער ווי זיבן מינוט א טאג, און אפילו אויב מען קען נישט די טראפן, קען מען פשוט זאגן די ווערטער.
דער צווייטער שיעור איז משניות. דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז יעדער בחור זאל זיך אנשטרענגען צו לערנען יעדן טאג ח"י (אכצן) פרקים משניות. פאר א מתחיל וועט עס נעמען בערך א שעה, אבער מיט די יארן ווען מען געוואוינט זיך צו, וועט עס נעמען נישט מער ווי א האלבע שעה ביז פערציג מינוט. דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון משניות, און בתוך הדברים אויסגערופן עטליכע סיומים פון בחורים וואס האבן געענדיגט ששה סדרי משנה. אבער אויב א בחור פילט אז ער קען נישט לערנען אכצן פרקים, זאל ער זאגן כאטש אזויפיל וויפיל ער קען.
דער דריטער שיעור איז תהלים: מען זאל פרובירן צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים און אזוי ארום ענדיגט מען דעם גאנצן ספר תהלים יעדע וואך. דאס דארף צו נעמען בערך צווישן צוואנציג מינוט און א האלבער שעה, און אפילו דא, אויב מ'קען נישט זאגן דעם גאנצן 'יום', זאל מען כאטש זאגן עטליכע קאפיטלעך. דער פערטער שיעור איז גמרא: מען הייבט אן פון מסכת ברכות און מען גייט כסדר ביז מען איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס און מען הייבט עס אן נאכאמאל פונדאסניי.
די צווייטע נקודה פון די ישיבה איז, אז יעדער זאל זיך קובע זיין א צייט יעדן טאג צו רעדן צום אויבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך. דאס איז א זאך וואס ס'איז נישט גענוג צו הערן איין מאל, נאר מען דארף יעדן טאג פרישע חיזוק דערויף. קיינער קוקט נישט אויף יענעם; יעדער האט זיך זיין אייגענעם פלאץ און זיין מהלך וויאזוי ער רעדט צום אייבערשטן. איינער גלייכט ענדערש צו גיין אין א שטילע, באהאלטענע פלאץ, א צווייטער גלייכט צו גיין שפאצירן, און אנדערע האבן אנדערע וועגן און פלעצער, אבער יעדער מוז האבן א באשטימטע צייט צו רעדן יעדן טאג צום אויבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס ליגט אים אויפ'ן הארץ און אלעס וואס ער דארף. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט און געגעבן משלים וואס און וויאזוי מען זאל רעדן צום באשעפער.
די דריטע נקודה אויף וואס די ישיבה איז געבויט, איז זיך צו פרייען מיט דעם וואס מען האט; זיין פרייליך און צופרידן מיט יעדע מצוה און גוטע זאך וואס מען האט זוכה געווען אריינצוכאפן. מען זאל נישט קוקן אויף א צווייטן אז יענער האט מער אדער אז יענער איז בעסער, נאר קוקן אויף יעדע זאך וואס מען אליין פארמאגט: מען האט א קאפל מיט פיאות און א בארד, מען טראגט ציצית, מען היט שבת, מען עסט כשר, און אזוי ווייטער. מען דארף זיך שטארק פרייען מיט יעדע גוטע זאך וואס מען האט, זיך מורא'דיג מחי' זיין דערמיט, און זיין צופרידן מיט זיך אליין.
מיט דעם האט מען אנגעהויבן דעם נייעם זמן אין ישיבה, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט אז דאס איז בעצם די גאנצע מהות וואס די ישיבה האט צו פארקויפן. במשך דעם יאר וועט מען מער מרחיב זיין און אויסקלארן אלע נקודות, כדי יעדער זאל זוכה זיין צו לעבן דערמיט און האבן דעם גן עדן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. עס לוינט זיך אויסצוהערן דעם גאנצן שיעור וואס פארמאגט נאך אסאך שיינע זאכן. דרוקט דא עס צו הערן.
דינסטאג אינדערפרי איז אויך פארגעקומען א ברית אין ישיבה, ווען מו"ה אהרן שלמה שווארץ הי"ו האט געפראוועט א ברית אין ישיבה. ביים סעודת ברית האט דער חשוב'ער זיידע מו"ה יהונתן שווארץ הי"ו אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די בחורים. עס איז אויך געווען דארט א חשוב'ער גאסט, דער באקאנטער מגיד מישרים מו"ה לייביש ליש שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט טרעפליכע דיבורים פאר די בחורים און ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די ערליכקייט און דרך ארץ פון די חשוב'ע תלמידי הישיבה. מען קען הערן די דרשה אויף "קול ברסלב" ביי דעם וועכנטליכן "ברסלב'ע ברידער" ליל שישי שמועס: דרוקט 1 פאר אידיש, דערנאך 4 פאר שמועסן און אנאליזן, דאן 5 פאר די "ברסלב'ע ברידער", און נומער 195 פאר דעם שמועס פון פרשת נח.
דער זמן האט זיך ברוך ה' אנגעהויבן אויפ'ן רעכטן פוס, סיי אין די ישיבה אין וויליאמסבורג, סיי אינעם שטעטל אין ליבערטי, און אזוי אויך אין ארץ ישראל; און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען ווייטער ממשיך זיין מיט א שטארקייט אויף ווייטער, צו מאכן א נחת רוח פאר'ן הייליגן באשעפער.