שטייענדיג ווייניגער א חודש בעפאר די דריטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זצוק"ל וואס געפאלט אום י"ז שבט, דערקענט זיך שוין די צוגרייטונגען צו דעם געהויבענעם טאג.
אין יבנאל גרייט מען זיך צו אקאדאמירן די פילע טויזנטער וואס זענען ערווארטעט צו קומען צום ציון הק' ביומא דהילולא און אין די טעג ארום די יארצייט. א גרויסער עולם אנשי שלומינו פון אמעריקע פלאנען אריבערפארן קיין ארץ ישראל צו פוקד זיין דעם הייליגן ציון אין דעם געהויבענעם טאג. און פון ארץ ישראל אליין איז ערווארטעט גאר א גרויסער ציבור פון איבער'ן גאנצן לאנד צו קומען צו די יארצייט.
זינט די הסתלקות פון מוהרא"ש איז דער ציון הק' געווארן א תל תלפיות שהכל פונים אליו, דער ציון הק' שטייט קיינמאל נישט ליידיג, פון איבעראל קומען אידן צו פארן זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים, און מען זעט טאקע אפענע ישועות למעלה מדרך הטבע, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ער וועט זיך משתדל זיין פאר די אלע וועלכע קומען מתפלל זיין ביי זיין ציון.
ספעציעל פאר שידוכים זעט מען גאר גרויסע ישועות ביים ציון הק'. מוהרא"ש האט צוגעזאגט, און ער האט געהייסן דאס איינקריצן אין זיין מציבה, אז יעדעס בחור אדער מיידל וואס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין קבר, וועט געהאלפן ווערן מיט א שידוך. און דאס זעט מען ממש בחוש, ווען פילע אידישע שטובער זענען אויפגעראכטן געווארן אין דעם זכות. יעצט, צו די יארצייט, וועלן פילע אידן ווייטער פוקד זיין דעם ציון הק', און זיכער זען גרויסע ישועות.
דאהי אין אמעריקע וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט סעודה בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג, וואו מען וועט זיך צוזאמקומען צו הערן און איבער'חזר'ן די לימודים וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז די אלע יארן.
ווי באקאנט האט מוהרא"ש זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און לימודים פאר די גאנצע וועלט, און דעריבער איז באשטימט געווארן אז אין דעם געהויבענעם טאג פון די יארצייט וועלן זיך אנשי שלומינו אנשטרענגען צוצולייגן א פלייצע אז מען זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש פון דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און עס צושפרייטן פאר אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם.
דער הערליכער דרוקעריי "קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב" אין וויליאמסבורג איז שוין ברייט באקאנט.  מיליאנען ספרים און קונטרסים זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בית הדפוס און צענדליגע טויזנטער אידן האבן זיך אומגעקערט צום אייבערשטן נאכ'ן באקומען די הייליגע ספרים און מקיים זיין די געוואלדיגע עצות.
יעצט ביי די יומא דהילולא קדישא וועלן אנשי שלומינו זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש און ווייטער קענען דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים.
 
תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו!