מוהרא"ש זי"ע שרייבט א שיינע מעשה אין ספר אילן החיים (אות נ"ה): רבי נחמן טולטשינער ז"ל איז אמאל געפארן אינאיינעם מיט זיין רבי'ן, רבי נתן ז"ל, אויף א נסיעה צום ציון הקדוש פונעם הייליגן רבין אין אומאן. ווי נאר זיי זענען אנגעקומען און אראפגעלייגט זייערע רענצלעך אינעם בית המדרש, האט זיך רבי נתן תיכף געאיילט צו גיין צום ציון. רבי נחמן, וועלכער האט שטארק געוואלט מיטגיין מיט זיין רבי'ן, האט אים אנגעהויבן נאכצולויפן. אבער רבי נתן האט באמערקט אז רבי נחמן'ס רעקל איז אביסל צעריסן, האט ער אים אפגעשטעלט און געזאגט: "בלייב דא, ניי עס קודם געהעריג צו, און ערשט דערנאך קענסטו נאכקומען." אבער וויבאלד רבי נחמן טולטשינער האט שטארק געוואלט מיטגיין מיט זיין רבי'ן, האט ער זיך געבעטן: "איך וועל עס שוין נאכדעם צונייען." האט אים רבי נתן געענטפערט: "אויב דו פאלגסט נישט דעם רבין, דאן פארוואס גייסטו צו אים? דער רבי האט דאך שטארק מקפיד געווען אז מען זאל נישט גיין מיט קיין צעריסענע קליידער!" עד כאן המעשה.
 
דער רבי האט שטארק געוואלט מיר זאלן גיין מיט ריינע קליידער אויפן גוף, אבער ער האט אויך אסאך גערעדט אז מיר זאלן האלטן די נשמה ריין. דער רבי האט אסאך ארויסגעהויבן די גרויסקייט פון מקוה און וויאזוי עס רייניגט די נשמה. "די ערשטע זאך איז מקוה," האט דער רבי געזאגט. אזוי אויך ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי, האט ער געזאגט אז מען זאל גיין אין מקוה, געבן א פרוטה לצדקה, און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים: ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ. דאס איז א תיקון אויף אלעס, און בפרט ווען מען זאגט עס אויף זיין הייליגן ציון, איז נישטא קיין גרעסערע זאך ווי דעם.
 
דערפאר זענען ברסלב'ער חסידים שטארק מקפיד צו גיין יעדן טאג אין מקוה פארן דאווענען, און אויב מאכט זיך אז מען האט נישט געהאט קיין מקוה מאיזה סיבה שיהיה, גייט מען ביי די ערשטע געלעגנהייט וואס מען קען נאר. בכלל וועט א ברסלב'ער חסיד שטענדיג אריינכאפן א מקוה ווען אימער ער קען, וויסנדיג אז דער רבי האט גערעדט אזוי גרויס דערפון.
 
דערפאר ווען עס קומט צו אומאן, און מיר גרייטן זיך ווי יעדעס יאר צו קומען צום הייליגן רבי'ן, האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן צו מאכן א גרויסע שיינע מקוה וואס זאל זיין גענוג ברייט צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור. עס קומט זיך טאקע א הכרת הטוב פארן נדבן פונעם מקוה, מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וואס האט געהאט די זכיה צו כאפן דעם גרויסן זכות, צווישן די אלע פילע זכותים וואס ער קויפט זיך כסדר איין; דער אויבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעם גוטן. ביי דער געלעגנהייט, אז מען האט שוין דערמאנט דעם נדבן, ווילן מיר אים דא אנוואונטשן א מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה פון שליסן דעם שידוך פון זיין טאכטער.
 
יעצט ווען מיר ווערן שוין נענטער צום גרויסן יום הדין, ראש השנה הבא עלינו לטובה, גייען שוין די פראקטישע הכנות אריין אין א העכערע שטאפל. צווישן די פילע צוגרייטונגען צו קענען סערווירן דעם גרויסן ציבור מתפללים, האט מען די טעג אנגעהויבן אנצוגרייטן די שיינע מקוה טהרה אויף יום טוב.
 
ווי מען גיבט אונז איבער, ווערט אין די יעצטיגע טעג דורכגעפירט א גרונטליכע איבערפרישונג אין די מקוה. מען וואשט יעצט אויס דעם בור מיט ספעציעלע געצייג און מען מאכט זיכער עס זאל זיין ציכטיג ריין. די ארבעט ווערט געטאן מיט גרויס פלייס, כדי עס זאל זיין פולשטענדיג גרייט בעזרת השם, ריין און געשמאק, לכבוד ראש השנה הבעל"ט. עס דארף באמערקט ווערן אז דאס איז בלויז איינע פון די פילע צענדליגע הכנות אויף וואס די געטרייע עסקנים ארבעטן אין די טעג, כדי אנשי שלומינו זאלן האבן א געשמאקן און שיינעם יום טוב בס"ד. די מקוה איז בלויז איין שרויפל אינעם גרויסן פראיעקט צו העלפן דעם גאנצן ציבור האבן א רואיגן, באקוועמען און שיינעם יום טוב מיט'ן אויבערשטנס הילף.

 
מה מקוה מטהר את הטמאים, אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.