נאך די גרויסע הצלחה ביים שיינעם סיום מסכת שבת, אין די ראמען פונעם דף הקהלה, דעם פארגאנגענעם זומער. ווען אנשי שלומינו האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם הערליכן רייכן פראגראם, און דאס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו לערנען יעדן טאג כאטש א בלאט גמרא, גרייט מען זיך יעצט צום סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען אי"ה אין די נאנטע וואכן.
 
דעם קומענדיגן מוצש"ק פרשת תולדות וועט זיין דער סיום.
 
מ'ארבעט יעצט אויף גאר א רייכער פראגראם פאר'ן סיום, מיט פילע איבעראשונגען, פון וואס יעדער וועט זיכער שטארק הנאה האבן, און זיך שטארקן מיט'ן לימוד גמרא יעדן טאג חק ולא יעבור.
 
איינצלהייטן איבער דעם סיום וועט נאכפאלגן אי"ה.