פארגאנגענעם יום כיפור תשפ"ה איז אפגעצייכענט געווארן דער אומגלויבליכער ציפער פון 20 יאר וואס קהל קודש היכל הקודש קרית יואל אפערירט מיט א געוואלדיגע הצלחה.
 
ווער עס האט געליינט דעם ארטיקל פארגאנגענעם ראש השנה אין קרית ברסלב בלטעל האט געקענט זען אביסל וואס עס ליגט אונטער דעם. דארט שטייט באריכות די השתשלות פונעם בית המדרש ווי מיט רצונות און תפלות פון אנשי שלומינו איז יענעם יום הקדוש נתייסד געווארן מיט גרויס סייעתא דשמיא דער הייליגער מנין, וואס פון דארט איז שוין ארויס אזויפיל תורה, תפלה און גמילת חסדים וואס מען קען נישט אפשאצן.
 
פון דעם בית המדרש איז נאך די הייליגע קהלה שטארק געוואקסן, דערפון איז נאך ארויסגעקומען נאך בתי מדרשים היכל הקודש, און עס גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג ביתר שאת וביתר עוז, ווי עס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס פירט אן דעם בית המדרש און מיט אירע הייליגע אקטיוויטעטן מיט'ן גאנצן שטארקייט.
 
דער בית המדרש איז אן אור פאר די גאנצע שטאט, אויסער די מתפללים קבוע וואס באקומען זייער חיות פון דעם בית המדרש, איז עס א ציאונגס קראפט פאר פילע שכנים וואס קומען כסדר ארויף שפירנדיג אז פון דארט קומט מען ארויס א נייע מענטש.
 
עס איז נישט מעגליך ארויסצוגיין פונעם בית המדרש אן א הרהור תשובה. יעדער וואס טרעט איבער דעם שוועל באקומט א ווארימע אויפנאמע פון אנשי שלומינו, מען שפירט די געוואלדיגע ליבשאפט וואס הערשט אין די לופט, יעדער פארגינט זיך א גוט ווארט, קיינער זוכט נישט זיך צו גרויסן, נאר יעדער שפירט פאר א זכי' ווי מען קען צולייגן א האנט.
 
יעדער שפירט זיך א חלק פון די הייליגע קהלה, איינער וואשט, איינער גרייט אן, איינער פאקט צוזאם, איינער ברענגט קידוש, איינער ברענגט שלש סעודות, און צוזאמען איז מען זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינס דיבורים.
 
בפרט איז א שם דבר דער וועכענטליכער "הפצה פארברענג" יעדן דינסטאג נאכט אום 8:45, ווי דער גבאי לערנט פאר א שיעור אין הייליגן ספר פעולות הצדיק, און מען רעדט פון הפצה, תפלה, און אלע אנדערע עצות וואס דער רבי האט אונז געגעבן.