אין דעם גרויסן חשכות פון די צרות און טראגעדיעס וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט פארגאנגעם שמחת תורה, האבן אידישע קינדער אויפגענומען דעם מעט מן האור אז כאמאס האט איינגעשטימט ארויסצולאזן צוויי פון די איבער צוויי הונדערט משכונות וועלע זי האט פארכאפט ביי זייער אטאקע.
 
די כאמאס טעראר גרופע האט איבערגעגעבן די צוויי אידישע משכונות א מאמע מיט איר טאכטער פאר די רויטע קרייץ הילפס הארגאניזאציע אין עזה פאריגע וואך סוף וואך וועלכע האט זיי צוגעטראגן צום געניץ פון מדינת ישראל פון וואו זיי זענען אהיים געפלויגן קיין שיקאגא אילינוי. די צוויי זענען געווען געסט אין איינע פון די ישובים וועלכע זענען איבערגעפאלן געווארן דורך די ברוטאלע חיות, און זענען פארכאפט געווארן אינאיינעם מיט נאך פילע. די צוויי אידן זענען שומרי תורה ומצוות און זענען מיטגלידער אין די לאקאנע חב"ד קהלה.
 
אין די זעלבע צייט גייען אן די תפלות פון אידישע קינדער אויף די איבעריגע פארכאפטע וועלכע זענען נעבעך פארכאפט אין עזה אז זיי זאלן זיך אומקערן אהיים געזונט בגוף ונפש וואס שנעלער, און אזוי אויך איז כלל ישראל מתפלל אז די בלוט פארגיסונג זאל זיך שוין אויפהערן און קיינער זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן אין די אנגעהיצטע אטמאספערע אין מיטל מזרח.
 
אין אזא צייט איז זייער פאסיג מען זאל זיך איינקויפן גוטע לייף אינשורענס, און זיך פארזיכערן אז גארנישט בייז פאסירט, אזוי אויך איז יעצט די צייט מען זאל אפירנעמען אפעקטיווע סגולות פאר אריכת ימים. חז"ל זאגן "כל המשלים פרשיות עם הציבור מאריכים לו ימיו ושנותיו", דאס איז א סגולה פון חז"ל וואס איז קלאר און זיכער, און דאס איז בעסער פון די בעסטע לייף אינשורענס, וואס קען בסך הכל געבן "געלט" פאר די משפחה, אבער דאס איז באמת א פארזיכערונג פארן לעבן ווי חז"ל זאגן, און אזוי ווערט אויך געפסקענט אין שולחן ערוך "חייב אדם להשלים פרשיותיו עם הציבור".
 
אסאך מענטשן זענען נישט מעביר סדרה צוליב חוסר ידיעה, מען מיינט אז מען איז נאר יוצא ערב שבת קודש, אבער אין שלחן ערוך שטייט "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור" אז פון זונטאג קען מען שוין מעביר סדרה זיין, און די משנה ברורה ברענגט אז דער הייליגער ווילנער גאון האט זיך אזוי געפירט.
 
און נישט קיין חילוק צי מען האט מעביר סדרה געווען פאריגע וואך, און צי מען וועט מעביר סדרה זיין נעקסטע וואך קען מען זיך היינט נעמען מעביר סדרה זיין די נייע הערליכע סדרה פרשת לך לך, און זוכה זיין צו א גוטע לאנגע לעבן, און נאך מער מען וועט "וויסן וואו דער אויבערשטער וואוינט", ווי עס איז באקאנט דער סיפור אז דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט געהערט אלץ קינד פון הייליגן רבי ר' מרדכי'לע פון נאדבורנא זי"ע "פולעווע" (לערן אסאך) "אין חומש רש"י, ווייל איך קען אסאך גרויסע תלמידי חכמים וואס ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י ווייסן זיי נישט וואו דער אויבערשטער וואוינט".