צוויי טשארטערס ב"ה קאנפירמד אויף ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט
כב סיון תשפ"ג 📝
אין א באריכט פון מו"ה אלי קנאל הי"ו פון פלען איט רייט איבער די יעצטיגע פלענער, מעלדט ער אונז די פרייליכע נייעס אז די תפילות פון אנשי שלומינו האבן עושה רושם געווען, און מען קען שוין איבערגעבן אז די צוויי טשארטערס קיין אומאן איז ברוך השם באשטעטיגט.
ער זאגט אז כאטש ער איז איבערצייגט אז זאכן גייען זיך נאך טוישן, זענען אבער שוין יעצט דא באשטעטיגטע פלענער איבער די צוויי טשארטערס פון ניו יארק קיין ריישא דורך זייער פירמע דורך "פלען איט רייט". ביידע פלייטס זענען לעת עתה געסקעדזשולט אויף 10:20 ביינאכט, דער מאנטאג פלייט איז פון קענעדי עירפארט און דער דינסטאג פלייט פון נוארק עירפארט. ער זאגט אונז אז די שטאב פון פלען איט רייט ארבעט שווער אפצורוקן דעם מאנטאגדיגן פלייט אויף אביסל שפעטער ביינאכט, און אויך אז ביידע פלייטס זאלן ארויספארן פון דעם פיל באקוועמערן נוארק עירפארט.
ביז דערווייל ווילאנג די פלענער זענען נאכנישט אפיציעל ארויסגעגעבן אין פאבליק קען מען באקומען ביידע פלייטס פארן עירלי בוירד פרייז פון $2,500 וואס וועט דעקן די גאנצע נסיעה פון ווען מען גייט אריין אינעם עירפארט אין ניו יארק ביזן טיר פונעם אכסניה אין אומאן. און די זעלבע די וועג צוריק פון די אכסניה אין אומאן ביזן עירפארט אין ניו יארק. דאס רעכענט אריין די טשארטער פלייט, באסעס, טרעין, עסן, מקוה, און אלעס אינדערמיט, די טשארטער וועט בעז"ה האבן נאר מענער סטוערדס, מען וועט געבן דערויף היימישע געשמאקע כשר'ע מאלצייטן, אזוי אויך וועלן די באנען, באסעס, דאס עסן, און די האטעל זיין גאר גוט צוגעשטעלט מיטן גוט באקאנטן הויכן "פלען איט רייט" סטאנדארט.
פלען איט רייט זאגט אז זיי האבן נאך אסאך אנדערע פלייטס וואס מען קען אויסקלויבן. אויף זייער וועבסייט האבן זיי ארויסגעלייגט איבער 20 באזונדערע גרופ טיקעטס וואס מען קען נעמען, ווי מען וועט קענען זיין אינאיינעם מיט נאך אסאך אידן. די פרייזן פון די פלייטס הייבן זיך אן פון $899 א טיקעט, אזוי אויך קען מען נעמען נאך פילע אנדערע פלייטס יעדער לויט זיין געשמאק און בודזשעט. פלען איט רייט ארבעט אויף דעם אז אויך די וואס נעמען די אנדערע וועגן זאלן קענען פארן מיט א באן קיין אומאן.
די וואס נעמען די טרעין אליינס וועט עס זיין פאר א בעסער פרייז פון פאריאר בעז"ה.
פאר מער דעטאלן, אדער צו באשטעלן א פלאץ קען מען רופן פלען איט רייט אויף 845-678-3555.
עס איז איבעריג צו דערמאנען אז גארנישט איז גאראנטירט, און כדי צו קענען אנקומען צום הייליגן רבין מוז מען מאכן אסאך תפילות. פלען איט רייט בעט אנשי שלומינו אז זיי זאלן זיי אריינעמען אין זייערע תפילות, און ווען זיי זענען מתפלל פאר זיך זאלן זיי אויך בעטן דעם אויבערשטן אז אלע טויערן זאלן זיך עפענען פאר זיי, און אז זיי זאלן מצליח זיין צו קענען ברענגען די פילע אנשי שלומינו וואס נוצן זייער סערוויס קיין אומאן אויף די בעסטע און געשמאקסטע וועג נאר מעגליך.