צוויי נייע סופרים קאורט אורטיילן איבער אימיגראציע
י תמוז תשפ"ו 📝
היינט דאנערשטאג פרשת חקת-בלק, האט דער סופרים קאורט ארויסגעגעבן צוויי וויכטיגע אורטיילן איבער אימיגראציע, ביידע מיט א מערהייט פון 6 קעגן 3 ריכטער. ביידע אורטיילן זענען גרויסע זיגן פאר די טראמפ אדמיניסטראציע'ס פאליסיס איבער אימיגראציע.
דער ערשטער קעיס באהאנדלט די TPS פראגראם (Temporary Protected Status), וואס ערלויבט מענטשן פון לענדער וואס גייען דורך מלחמות אדער אנדערע קאטאסטראפעס צו בלייבן לעגאל אין אמעריקע פאר א געוויסע צייט. די טראמפ אדמיניסטראציע האט געוואלט ענדיגן דעם פראגראם, וואס וואלט באדייט אז הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען אין א געפאר פון דעפארטאציע. נידעריגערע געריכטן האבן דאס פרובירט אפצושטעלן, אבער דער סופרים קאורט האט היינט באשלאסן אז דער דעפארטמענט אוו האומלענד סעקיוריטי האט די פולע אויטאריטעט עס אפצושטעלן, און די געריכטן קענען זיך נישט אריינמישן.
דער צווייטער קעיס איז איבער מענטשן וואס קומען אן צום גרעניץ און בעטן אריינצוקומען אלס פליטים (אסיילום זוכער), זאגנדיג אז זיי אנטלויפן פון א סכנה אין זייער לאנד. לויטן געזעץ, אויב א מענטש קומט אן קיין אמעריקע, קען ער בעטן "אסיילום". אבער די רעגירונג האט געטוישט די פאליסי און זיי געהייסן ווארטן אין מעקסיקאו; זיי קענען נאר אריינקומען נאכדעם וואס זיי האבן אריינגעגעבן פאפירן פון דארט און עס איז געווארן באשטעטיגט. דער סופרים קאורט האט היינט גע'פסק'נט אז די רעגירונג מעג עס טון.
מען וואלט אפשר געקענט דעבאטירן צי עס איז ריכטיג און יושר'דיג, אבער דאס וועט אונז גארנישט העלפן. עס איז טאקע פאסיג מתפלל צו זיין פאר יעדן איד וואס האט אימיגראציע שוועריקייטן אין די יעצטיגע טעג, אז אלעס זאל זיך פאר זיי אויסארבעטן אויפ'ן בעסטן אופן, אבער וואס איז דאס נוגע פאר אונזער טאג-טעגליכן לעבן?
אויב מיר טראכטן אריין, זענען מיר אלע פליטים. מיר אנטלויפן פון רדיפות און פון סכנות; מיר זענען אלע "אסיילום זוכער". מיר קומען צום רבונו של עולם, וועלכער נעמט אריין יעדן פליט!
דער יצר הרע לאזט דיר נישט אפ? עס וועט דיר גארנישט העלפן צו אנטלויפן צו אן אנדער לאנד, ווייל דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט נאך. די עצה איז: אנטלויף צום אויבערשטן, בעט אים ער זאל דיר אננעמען און דיר געבן שוץ.
מיר דארפן נישט ווארטן אין מעקסיקאו אז מען זאל אונז דורכלאזן; די טויערן פון הימל זענען אייביג ברייט אפן, פיר און צוואנציג שעה א טאג.
לאמיר מאכן זיכער אז אונזער אמת'ע 'סטאטוס' אויבן אין הימל איז שטארק, דורך זיך האלטן פעסט מיט רצון, תפילה, און מעשים טובים!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.