די וואך מאנטאג האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון החתן יעקב איידליס הי"ו, בן מו"ה דוד יודא איידליס הי"ו וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו. עס איז געווען גאר א פרייליכע חתונה, די בחורים האבן געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם.
 
א טאג דערויף, אום דינסטאג, איז פארגעקומען נאך א חתונה, ווען החתן שמעון איינהארן הי"ו, בן מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו.
 
די חתונה איז פארגעקומען אין ישיבה, און אזוי ווי ביי אלע פריערדיגע חתונות אין ישיבה האט עס דאס מאל אויך נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים. עס דערפרייט דאס הארץ צו זען ווי תלמידי היכל הקודש האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, זיי זוכן נישט אויסגעבן טייער אידיש געלט פאר נארישע כבוד המדומה, זיך איינצורעדן אז איינער קוקט עס בכלל ארויף, נאר מ'מאכט חתונה אויפ'ן פשוט'סטן און ביליגסטן אופן, בלויז ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן אז מ'דארף חתונה מאכן די קינדער.
 
ווי מ'האט שוין געזען ביי די פריערדיגע חתונות אין בית המדרש, זענען די חתונות געווען גאר גאר פרייליך, מ'האט געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א שטארקן פארנעם, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע איבריגע נארישקייטן אויף וואס מענטשן ווארפן געלט אין מיסט, העלפן בכלל נישט ארויס צו די שמחה, די איינציגסטע זאך וואס האט געפעלט ביי די חתונות איז נאר געווען די חובות.
 
ווער עס האט שוין זיך אמאל פערזענליך באטייליגט ביי א חתונה אין ישיבה, ווייסט ווי פרייליך און געשמאק דאס איז, גארנישט אונטערשטעליג פון א חתונה אין אן אזוי-גערופענע "נארמאלע" חתונה זאל, און ווען מ'זעט נאכדעם א צווייטע חתונה וואונדערט מען זיך פארוואס מענטשן געבן אויס אידיש געלט פאר אזעלכע נארישקייטן, וואס ברענגען נישט קיין שום ניצן פאר קיינעם.
 
איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מענטשן יאגן זיך נישט חתונה צו מאכן די קינדער, איז מיט די הארבע פראגע פון "כסף מנלן", פון וואו מ'וועט נעמען דאס געלט דערפאר, אין די צייט וואס די חברים פון וועמען מ'האט געבארגט פאר די פריערדיגע שמחות זענען נאכנישט באצאלט געווארן. און אט זעט מען ווידעראמאל א לעבעדיגע ביישפיל ווי אזוי יעדער קען זיך ערלויבן רואיגערהייט חתונה צו מאכן די קינדער. די חתונה נאכט קאסט נישט קיין געלט, און די איבריגע הוצאות החתונה איז אויף אזא פארנעם וואס יעדער געווענליכער אינגערמאן קען זיך ערלויבן.
 
און דער גרעסטער חידוש איז אז די חתן כלה זענען נישט "מסכים" חתונה צו האבן אויף אזא פשוטן אופן, נאר זיי "בעטן" זיך גאר ביי זייערע עלטערן אז די חתונה זאל זיין אין ישיבה, און אז מ'זאל אויסגעבן אויף די חתונה בלויז די מינימאלסטע וואס איז שייך. דאס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען אז די אלע נארישקייטן אויף וואס מ'בארגט זיך אן געלט ברענגט נישט קיין שום תועלת אין לעבן, עס מאכט גארנישט פרייליך, און גלייכצייטיג זעען זיי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה, די שיינע שטיבער וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת, טראץ דעם וואס די עלטערן האבן נישט געדארפט האבן קיין הארץ דרוקענישן צוליב די חתונה.
 
צו זעהן א חלק פונעם חתונה קליקטס דא
 
שמח תשמח רעים האהובים!