צווייטע אנטענטאט אויף טראמפ אין צוויי חדשים
יב אלול תשפ"ד 📝
"מי יחי' ומי ימות, מי בקיצו ומי לא בקיצו", ווען מען הערט די פרישע נייעס ווי ווידעראמאל האט זיך געיאוועט א שיסער מיט א מיליטערישע עי קעי 47 ביקס און געפראואווט צו שיסן דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, דערמאנט מען זיך פון דעם שיינעם הארציגן נוסח וואס מען זינגט ראש השנה.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז וואס איז דער "מי מי מי" וואס מען זאגט ביי די אלע זאכן (אויף די ברסלב'ע נוסח)? וואס איז שלעכט מיט פשוט "מי יחיה ומי ימות", וואס זינגט מען "מי מי יחיה, ומי מי ימות" און אזוי ווייטער, פלעגט מוהרא"ש זאגן אז די אלע זאכן ווי לעבן אדער פארקערט, געזונט אדער פארקערט, פרנסה אדער פארקערט זענען בלויז די ראשי פרקים פון וואס מען שרייבט אונז אן ראש השנה, און און די איבעריגע "מי'ס" ליגן די פילע אנדערע שיקזאלן וואס וועלן נגזר ווערן אויף דעם מענטש לטב ולמוטב, און אויף דעם זענען מיר מתפלל מיר זאלן פארשריבן ווערן לחיים, ולשלום, צו פרנסה און רואיגקייט.
דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ איז היינט זונטאג דורך א פרישע אטענטאט פרואוו, ווען דער געוועזענער פרעזידענט האט זיך געפונען אויף זיין גאלף קורס אין מאר-א-לאג אין וועסט פאלם ביעטש אין פלארדיע, האט זיך א פארשוין אין די זעכציגער יאר שווער באוואפענט געשטעלט נישט ווייט פון דארט.
כאטש דער שפיל ארט איז געווען פארשלאסן, האט ער געטראפן א פלאץ וואו מען האט געקענט אריינקוקן און זען וואס טוט זיך אינעם גאלף קורס.
אבער אז עס איז באשערט צו לעבן, וועט דער אויבערשטער מאכן אז די סיקרעט סערוויס אגענטן זאלן באמערקן דעם פארדעכטיגטער פארשוין. דער זעכציג יעריגער - זעענדיגט אז ער איז באמערקט געווארן - האט שנעל אריינגעשטעלט דעם שפיץ פונעם ביקס אינעם צוים האפענדיג אז ער וועט קענען אין די שנעלעקייט שיסן אויפן פרעזידנעט.
די לייב וועכטער פונעם פרעזידענט האבן אבער תיכף גענומען שיסן - נאך איידער ער האט געהאט א שאנס צו טון עפעס בייזענס - ער האט תיכף אפגעיאגט פון שטח, און אראפגעווארפן זיין געצייגט דארט צווישן די ביימער, און אפגעפוצט מיט זיין קאר. בערך פערציג מינוט שפעטער האבן די פאליציי געטראפן און ארעסטירט דעם שיסער.
דער פרעזידענט האט מען תיכף אוועקגעפירט צו א זיכערע ארט, ווען ער איז ווידעראמאל געראטעוועט געווארן פון אן אטענטאט פראוו.
דאס איז געקומען אין א צייט קוים צוויי וואכן איידער מיר פארן ארויס צום הייליגן רבי'נס ציון אין אומאן, און דאס דינט ווי א פאסיגע דערמאנוג וואס פארא יאר עס איז דורך אויף אונז, "מי יניח ומי ינוע", ווער וועט זיין רואיג, און ווער וועט זיין צושאקעלט, וויאזוי וועט אויסזען אונזער קומענדיגער יאר? וועלן זאכן פארן סמוד, אדער וועלן זיין באמפס? מיר ווילן האבן א סטאבילע יאר ברוחניות ובגשמיות, די באנק זאל זיין געקאווערט, און די מוח זאל זיין מסודר, וואס ווייסט א מענטש וואס ווארט אים? דערפאר וועלן מיר אלע איבערקומען אלע מניעות און נישט קוקן רעכטס אדער לינקס, קויפן א טיקעט און זיך ארויסלאזן אויף דעם לאנגן וועג צום גרויסן לאיער וואס וועט איינרייסן פאר אונז מיר זאלן האבן אונזערע ישועות ברוחניות ובגשמיות.