צווייטער בית המדרש "היכל הקודש" אין שטאט בית שמש
כז טבת תשפ"ה 📝
פרייליכע נייעס הערט מען פון בית שמש אין ארץ הקודש נאכדעם וואס מען האט געעפענט די וואך א צווייטער בית המדרש היכל הקודש אין שטאט. דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש איז געעפענט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק אין די רמה ב' געגענט פון שטאט, דער בית המדרש איז ב"ה זייער מצליח, פילע אנשי שלומינו פון די געגענט קומען זיך צוזאם כסדר און מען איז זיך מחזק אינאיינעם מיט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס.
אבער בית שמש איז נישט קיין קליין שטעטל, און פון איין געגענט ביזן אנדערן איז גאר ווייט, דער נייער בית המדרש וואס געפונט זיך אין רמה ד' איז מער פון איינס און א האלב שעה צו גיין צופיס. און אנשי שלומינו פון די געגענט פלעגן זיך צוזאם קומען יעדע שלש סעודות אין איינעמ'ס שטוב פאר שלש סעודות פאר די לעצטע שטיק צייט, און אזוי וועס עס זענען כסדר צוגעקומען נאך און נאך פרישע אינגעלייט מיטצוהאלטן שלש סעודות, האט מען זיך דערזען אין א מצב אז עס איז צייט צו עפענען נאך א געהעריגע שטיבל ספעציעל פאר די געגענט, וואו מען זאל קענען דאווענען אלע דריי תפילות תשבת אינאיינעם מיט הרחבת הדעת.
אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א צוגעפאסטן שטיבל. שכח אייבערשטער אז נאך א שטיק צייט האט מען געטראפן א צימער וואס האט ביז יעצט געדינט אלץ א סטארעדזש פאר א שמש שטיבל פון א בית המדרש. און מען האט געזען אז עס איז זייער פאסיג מען זאל עס פארוואנדלען פאר א בית המדרש, מען האט זיך אוועק געזעצט מיט זיי און ב"ה ביז א קורצע צייט האט מען גע'חתמ'עט א קאנטרעאקט צו דינגען דעם פלאץ פאר'ן בית המדרש.
תיכף נאכן חתמ'נען האט מען זיך גענומען צו די עבודה פון אהערשטעלן דעם צימער עס זאל קענען דינען אלץ א בית המדרש מען זאל דארט קענען לערנען און דאווענען. די חשובע אינגעלייט האבן אויסגערייניגט דעם פלאץ פון אלע חפצים וואס איז דארט געליגן, מען האט זיך גענומען פאררעכטן אלעס האט אויסגעפעלט, און ב"ה מען האט געענדיגט איבערפרישן דאס פלאץ אין אפאר געציילטע טעג.
פארגאנגענעם שבת וארא האט מען זיך שוין ברוך השם געקענט אריינציען אינעם נייעם שטיבל, ווי עס איז אדורך א הערליכע שבת צוזאמען, מען האט זיך מחזק געדאווענט און געלערענט. מען האט פארגעליינט דעם בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן ספעציעל צום עפענונג פונעם נייעם בית המדרש. מיר ברענגען אראפ א קליין שטיקל דערפון: "איך זאג ענק וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט ווען מיר האבן געעפנט די שול אין וויליאמסבורג, און די ישיבה, און די מוסדות: "אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון און עס וועט זיין גרויס הצלחה"; דאס זאג איך אייך אויך, אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך, קיינער וועט נישט זוכן צו טרעטן אויף א צווייטן, מען וועט קומען אין שול מיט ליבשאפט, מיט שמחה - וועלן ענק זייער מצליח זיין, די שטיבל וועט ארויסגעבן א שיין אויף די גאנצע געגנט, רמה ד' אין בית שמש."
דער אייבערשטער זאל העלפן דער בית המדרש זאל זיין א לעכטיגקייט פאר די גאנצע געגענט ארום, אלע זאלן וויסן אז אויב מען דארף חיזוק קען מען עס דארט טרעפן.