צווייטער טייל פון דער נסיעה פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל
יז טבת תשפ"ו 📝
מיר גייען ווייטער מיט דעם באריכט פון דער געהויבענער נסיעה פונעם ראש ישיבה אין ארץ ישראל.
אינעם פריערדיגן באריכט האבן מיר געהאלטן ביי מיטוואך, ווען די בחורים זענען געפארן אויף א נסיעה צו קברי צדיקים.
דער ראש ישיבה האט זיך ארויפגעזעצט צוזאמען מיט די בחורים אויפן באס, ער האט געוואלט הערן ווי זיי רעדן, וויאזוי זיי פארברענגען נאטורליך. דער ראש ישיבה האט נאכדעם געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט פון די בחורים, זיי רעדן שיין, זיי האבן אן איידעלע שפראך, און פירן זיך מיט גוטע מידות. דער ראש ישיבה איז געפארן מיט די בחורים צו פארשידענע קברי צדיקים, און מען האט מתפלל געווען ביי די הייליגע פלעצער.
ביינאכט איז דער ראש ישיבה אריבער צו א גרעסערער דירה וואו מ'האט אויפגענומען אנשי שלומינו, אזוי אויך איז געווען דארט א מיטינג מיט דער הנהלה איבער די מוסדות. דער ראש ישיבה האט געשמועסט בערך א האלבע שעה, און דערנאך איז ער געגאנגען זיך לייגן.
דאנערשטאג אינדערפרי אין ירושלים עיר הקודש, האט מען געווארט דער ראש ישיבה זאל קומען צו שחרית. ווען מען האט אים גערופן, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער איז אויך א איד און ער דארף לערנען. ערשט נאכ'ן לערנען אפאר שעה איז ער געקומען.
מען האט געדאווענט שחרית אין בית המדרש מיט אנשי שלומינו, מיט די בחורים. נאך שחרית איז געווען א שיעור גמרא. נאכ'ן דאווענען האט מען געהאט ווידער די געלעגענהייט צו פרעגן שאלות, און דער ראש ישיבה האט געענטפערט יעדן בטוב טעם ודעת.
נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען אין חדר און האט גערעדט מיט די קינדער. נאכדעם האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א שיעור פאר די אברכים. נאכדעם איז געווען א מיטינג מיט דער הנהלה, און דערנאך איז געווען א שיעור פאר דעם סטעף פון דער סקול. נאכדעם האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור פאר די מלמדים. עס איז געווען א געלעגענהייט פאר די מלמדים צו פרעגן זייערע שאלות; אסאך מלמדים האבן געהאט שאלות, און דער ראש ישיבה האט זיי זייער שיין געענטפערט. ערשט נאכדעם האט זיך דער ראש ישיבה געזעצט עסן פרישטאג.
גלייך נאכדעם האט ער זיך צוזאמגעפאקט גרייט ארויסצופארן, און ער איז געפארן צום בית המדרש צו געבן דעם לעצטן שיעור פאר'ן פארן צום עירפארט. ס'איז געווען א שיינער ליל שישי שיעור, און אנשי שלומינו האבן זיכער געהערט דעם שיעור איבעראל.
פון דארט איז דער ראש ישיבה געפארן צו א בר מצוה פון משפחת בורנשטיין, ביי וועמען עס האט זיך אנגעהויבן דער ערשטער שיעור אין ירושלים. פון דארט איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן צום עירפארט.
און מיט דעם האט זיך געענדיגט די הערליכע שיינע נסיעה אין ארץ ישראל.