צווייטער יארצייט פון "באבי פארקאש" ע"ה אפגעצייכנט
כ תמוז תשפ"ו 📝
נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן די צווייטע יארצייט פון די חשוב'ע און געטרייע אשה חשובה מרת רייזל פארקאש ע"ה, וועלכע איז ביי אלעמען געווען באקאנט אלס די בארימטע "באבי פארקאש". דער ראש ישיבה שליט"א האט איר דערמאנט לטובה דעם פארגאנגענעם שבת ביי סיפורי מעשיות, און אזוי אויך האבן די גבאים אין די אנדערע בתי מדרשים ארומגערעדט איבער די דאזיגע חשוב'ע פרוי; מען האט ארויסגעברענגט אירע געוואלדיגע מעשים טובים און די פילע זאכן וואס מען קען זיך אלס אפלערנען פון אירע שיינע וועגן.
יעדער ווייסט גוט וויאזוי זי האט אוועקגעגעבן איר פריוואטע דירה, וואס האט איר ביז דעמאלטס אריינגעברענגט א שיינע הכנסה, און זי האט עס אוועקגעגעבן פאר אנשי שלומינו וואו מ'האט דארט געעפנט דעם ערשטן "היכל הקודש" מנין אין קרית יואל. זי פלעגט אליינס מיט אירע אייגענע הענט קאכן דעם טשאלנט, אנגרייטן די מזונות פאר'ן קידוש יעדע וואך, פערזענליך צוגרייטן שלוש סעודות און נאכדעם אלעס שיין אפרוימען; זי האט זיך אליינס אפגעגעבן מיט'ן רופן בעלי מלאכה אויפצוהאלטן און פאררעכטן אלעס וואס ס'האט זיך נאר אויסגעפעלט פאר'ן בית המדרש. דאס אלעס האט זי געטון מיט אן אומגעהויערע ווארעמקייט, ממש ווי א געטרייע באבע צו אירע אייגענע קינדער.
פילע פון אנשי שלומינו געדענקען נאך גוט די געוואלדיגע כוחות וואס זי האט אריינגעלייגט אין די פריערדיגע יארן ארויסצוהעלפן אידן צו קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. אין א צייט ווען ס'איז נאך כמעט נישט געווען קיין טראוול אגענטן אזוי ווי היינט, האט באבי פארקאש זיך אליין געפארעט און אלעס מסדר געווען, זי האט אליין געקויפט די טיקעטס פאר יעדן וואס האט נאר געדארפט. אפילו ווען ס'האט זיך געמאכט אזעלכע וואס האבן נישט געהאט מיט וואס צו באצאלן, האט זי עס אלעס אליין מסדר געווען און געלאזט אויפשרייבן אויף איר אייגענעם חשבון מיט אן אומגעהויערע מסירות נפש, אלץ נאר כדי נאך א איד זאל קענען זוכה זיין אנצוקומען צום ציון פונעם הייליגן רבין.
אירע געוואלדיגע זכותים זענען איר זיכער בייגעשטאנען, און זיי קומען יעצט צוניץ סיי פאר איר אליין און סיי פאר איר חשוב'ן מאן הרה"ח ר' אברהם חיים שליט"א, אינאיינעם מיט אירע קינדער און אייניקלעך – וואס פילע פון זיי זענען חשוב'ע מפיצים וואס גייען אין די וועגן פון זייער בארימטע באבע, זיי קוקן נישט אויף זייער אייגענעם כבוד און געבן זיך אינגאנצן אוועק לטובת אנדערע אידן.
מיר אלע נעמען זיך אינטער ווייטער צו גיין אין אירע הייליגע דרכים, און פאלגן דעם צדיק מיט אן אמת'ע מסירות נפש. יהא זכרה ברוך.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.