צוולעף יעריג קינד פון ברסלבע חדר מסיים ש"ס בעזהשי"ת
ה אב תשפ"ג 📝
די קינדער פונעם ברסלב'ע חדר אין קרית ברסלב און פון וויליאמסבורג וועלכע געפונען זיך אין די טעג אינעם קעמפ אילן החיים האבן פאריגע וואך געפייערט אן אומבלויבליכן דערגרייכונג פון איינע פון זייערע חברים, דער צוועלף יעריגער אברהם לעסער ני"ו האט זוכה געווען און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף געענדיגט גאנץ ש"ס, א זאך וואס איז א געוואלדיגע דערגרייכונג אפילו פאר ערוואקסענע, און זיכער פאר א אינג קינד.
אברהם לעסער ני"ו אן איינוואוינער פון קרית ברסלב, איז דער זון פון דעם גרויסן תלמוד חכם מחברי הכולל הרה"ג ר' יעקב שליט"א, און אן אייניקל פון הרב יצחק שליט"א פון יבנאל לערנט שוין אין די ברסלב'ע מוסדות אסאך יארן, ווי ער האט זיך אלץ אויסגעצייכענט מיט התמדת התורה, יראת שמים און מידות טובות. און אדאנק זיין געוואלדיגע התמדת התורה האט ער יעצט זוכה געווען בסייעתא דשמיא צו מסיים זיין ש"ס.
ווען דער צוועלף יעריגער אברהם איז צוגאנגען צום ראש ישיבה און אים מיטגעטיילט מיט די גרויסע בשורה אז ער גייט אין די טעג ענדיגן ש”ס, איז דער ראש ישיבה געווען אזוי איבערגענומען און האט זיך אזוי שטארק געפריידט, אז ער האט אים איינגעלאנדענט ער זאל קומען צום נאכמיטאג שיעור און ער זאל דארט מאכן דעם סיום ברבים אין היכל ראזענבערג.
און טאקע פארגאנגענעם מיטוואך מטות מסעי זענען אלע קינדער אריבער געקומען פון מחנה אילן החיים צו היכל ראזענבערג זיך מיטפרייען מיט די שמחה, אלע חברים זענען געקומען אנגעטון בבדי שבת קודש מיט ווייסע העמדער לכבוד די גרויסע שמחה וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ווי די קינדער האב געזינגען לכבוד זייער חבר שיינע ווארימע ניגונים פון תורה.
ווען דער בעל שמחה דער אינגל אברהם ני"ו האט גערעדט האט ער געדאנקט דעם אויבערשטן, פאר זיינע עלטערן און פאר דער ראש ישיבה וואס האבן אים געגעבן די כחות און חיזוק אנוצקומען צו דעם מאמענט.
דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט מיט גרויס איבערגענומענקייט און געזאגט ווי שטארק ער איז מרוגש פון אזא מעמד ווי א קינד וואס האט נאך אפילו נישט בר מצוה געהאט האט געענדיגט ש”ס. דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז אברהמ'ס סיום הש"ס איז נישט געוקמען אויפן חשבון פון די לימודים פון חדר, די בלעטער גמרא האט ער געלערנט אין די זייטיגע צייטן, ווען אנשטאט ארומצוגיין ליידיג, האט ער גענומען די גמרא און געלערנט איין בלאט נאכן צווייטן, ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש”ס, וואס דער רבי זאגט דערויף אז מיט דעם איז ער ממשיך אויף זיך א צלם אלקים.
נאכן סיום זענען אלע תלמידים אריבער געגאנגען וואונטשן מזל טוב פאר'ן חתן התורה, דער ראש ישיבה האט אויסגענוצט דעם געלעגענהייט צו פרעגן יעדן באזונדער וואו זיי האלטן מיט זייער שיעור אין ש"ס.
די סיום האט איבערגעלאזט אויף אלעמען א שטארקע רושם, אלע האבן זיך געמאכט א חשבון הנפש און זיך פארגענומען אנצוהייבן פון פריש לערנען יעדן טאג, גמרא, משניות, חוחש און אזוי ווייטער. וואס נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איז און זיין צוגעקלעבט צום אויבערשטן.
📸 בילדער פונעם סיום
🎦 ווידיא פונעם סיום מיט'ן שיעור פונעם ראש ישיבה
בילדער פונעם סיום