גרשון קרעמער

 
שטייענדיג ערב דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען צענדליגער טויזנטער אידן האבן א געוואלדיגע תשוקה צו פארן צום ציון הקדוש פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, קומט אריין די נייעס אז די ציוניסטישע רעגירונג וויל פארשפארן דעם הייליגן ציון מיט'ן תירוץ אז די שטימונג אין צפון איז אנגעצויגן, דער מצב מיט כיזבאלא אין לבנון איז נישט גלאטיג, און עס איז נישט קיין אחריות צו לאזן טויזנטער מענטשן זיך פארזאמלען אינאיינעם אויף איין פלאץ.
 
פון איין זייט איז עס א גרויסער ווייטאג, ווייל ווער עס איז שוין אמאל געווען ביים הייליגן ציון אין מירון קען עדות זאגן אויף די געוואלדיגע קרבת אלוקים וואס מען שפירט דארט. מען בעט זיך אויס ביים אויבערשטן פונקט ווי א קינד וואס וויינט זיך אויס פאר זיין טאטן; עס איז דא דארט אזא התעוררות, דאס הארץ עפנט זיך אויף און מען געפינט די ריכטיגע דיבורים זיך אויסצושמועסן מיט'ן באשעפער.
 
אבער פון די אנדערע זייט איז וויכטיג צו געדענקען אז די פאליציי האט נישט קיין שום שליטה אויף די מערה; זיי האבן נישט דעם שליסל און נישט דעם שלאס. זיי קענען אפשר לייגן בלאקאדעס אויף די וועגן וואס פירן קיין מירון, זיי קענען שלאגן און שטופגן די אידן וואס ווילן צוקומען פיזיש צום ציון, אבער צום פתח המערה קענען זיי בשום אופן נישט צוקומען. זיי ווייסן בכלל נישט וואו דאס געפינט זיך, און זיי קענען נישט צוריקהאלטן מיר און דיר פון צוקומען אהין.
 
אפילו דו געפינסט זיך אין אמעריקע, אין ענגלאנד אדער אויסטראליע, שטייסטו יעצט ביים טויער פון די מערה. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט ל"ג בעומר: "די חתונה איז דארט, אבער דער חתן איז דא". עס איז אמת אז דארט קען מען זיך אויסוויינען צום אויבערשטן, און עס איז אמת אז די שמחה וואס מען שפירט דערנאך קען מען נישט באשרייבן – מען שפירט ווי מען האט אראפגענומען א שטיין פון הארץ – אבער אויב מען איז זוכה מקיים צו זיין די לימודים פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, דאן שטייסטו יעצט ביים טויער פון די מערה.
 
ציונים קענען נישט צושפארן די מערת רבי שמעון. דער רבי זאגט אז די חתונה איז דארט, אבער דער חתן איז דא. דא לערנט מען תורת רבי שמעון, וואס נאר אדאנק אים קען מען זיך דערהאלטן אינעם שווערן גלות.
 
דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט א געוואלדיגע הארציגע תפילה פון רבי נתן אין ליקוטי תפילות חלק ב', סימן מז, וואס עס איז זייער כדאי צו זאגן אין דעם טאג:
 
"הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, דוּ הָאסְט אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה, דוּרְךְ דַיין הֵיילִיגֶע זוֹהַר וֶועלְן מִיר אַרוֹיסְגֵיין פוּן גָלוּת. אֲפִילוּ מִיר וֶועלְן זַיין אִין דִי וַוייטְסְטֶע פְּלֶעצֶער, הַסְתָּרָה שֶׁבְּתוֹךְ הַסְתָּרָה - וֶועט נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן דִי תּוֹרָה פוּן אוּנְז, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט: "וְאָנֹכִי הַסְתֵּר אַסְתִּיר פָּנַי בַּיּוֹם הַהוּא עַל כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה וְעָנְתָה הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְפָנָיו לְעֵד כִּי לֹא תִשָּׁכַח מִפִּי זַרְעוֹ".
 
וְהִנֵּה, יֶעצְט זֶענֶען מִיר אִין אַ שְׁרֶעקְלִיכֶע צַייט, דִי גָלוּת צִיט זִיךְ שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג, יֶעדְן טָאג וָואס גֵייט פַארְבֵּיי וֶוערְן מִיר וַוייטֶער אוּן וַוייטֶער, מִיר זֶענֶען אַזוֹי וִוי יְתוֹמִים, קֵיינֶער נֶעמְט זִיךְ נִישְׁט אָן פַאר אוּנְז.
 
פוּן אֵיין זַייט זֶעט מֶען אַ שְׁטַארְקֶע בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, פוּן דִי צַייטְן פוּן הֵיילִיגְן אֲרִיזַ"ל זֶעט מֶען אַ מִין בֶּענְקְשַׁאפְט פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער צוּ דִיר, וָואס אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען אִין דִי פְרִיעֶרְדִיגֶע צַייטְן, מֶענְטְשְׁן זֶענֶען זֵייעֶר פַארְבֶּענְקְט צוּ דִיר, מֶענְטְשְׁן וִוילְן דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט אִיז שְׁרֶעקְלִיךְ, מֶענְטְשְׁן פַאלְן אַוֶועק אָן אַ שִׁיעוּר, דִי נִסְיוֹנוֹת זֶענֶען אַזוֹי שְׁרֶעקְלִיךְ, אִידִישֶׁע קִינְדֶער פַאלְן אִין דִי עֶרְגְסְטֶע פְּלֶעצֶער.
 
בֶּאֱמֶת בִּין אִיךְ נִישְׁט דֶער וָואס זָאל דִיר קוּמֶען דֶערְצֵיילְן וָואס גֵייט פָאר אוֹיף דִי וֶועלְט, דוּ וֵוייסְט דָאס אַלֵיינְס, דוּ וֵוייסְט דֶעם מַצָב הַדוֹר, וִוי אִידִישֶׁע נְשָׁמוֹת פַאלְן נֶעבֶּעךְ, אִיךְ וִויל זִיךְ פָּשׁוּט אוֹיסְרֶעדְן מַיין אֵייגֶענֶע וֵוייטָאג, אִיךְ אַלֵיינְס בִּין נֶעבֶּעךְ אַזוֹי וַוייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, קוּק מַיינֶע עֲבֵירוֹת, וִוי אִיךְ הַאלְט אִין אֵיין פּוֹגֵם זַיין, עַל אֵלֶּה אֲנִי בּוֹכִיָ', אִיךְ וֵויין צוּ דִיר, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַ פַארְלוֹירֶענֶער, אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין וֶועג וִוי אַזוֹי אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען שְׁטַארְקְן צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ פַארְרֶעכְטְן? וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ אָפְּלָאזְן מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע וֶועגְן? וואוּ קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְשְׁטֶעקְן פַאר בּוּשָׁה וֶוען אִיךְ דֶערְמַאן זִיךְ וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ גֶעטוּן? וֵויי אִיז מִיר, וָואס טוּ אִיךְ דָא וַוייטֶער? אִיךְ וֵוייס אָבֶּער אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער קֶען יֶעדְן אֵיינֶעם הֶעלְפְן, דֶערִיבֶּער קוּם אִיךְ צוּ דִיר הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן וִוי אַן אָרֶעמַאן וָואס בֶּעט זִיךְ מֶען זָאל רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף אִים.
 
הֵיילִיגֶער צַדִיק רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, וִוי אַזוֹי קֶענְסְטוּ אוֹיסְהַאלְטְן דִי צָרוֹת פוּן אִידִישֶׁע קִינְדֶער; וֶועק זִיךְ אוֹיף אוּן וֶועק אוֹיף אַלֶע צַדִיקִים, אוּן קוּקְט וָואס גֵייט פָאר מִיט כְּלַל יִשְׂרָאֵל אוּן אוֹיף מִיר זִינְדִיגֶער מֶענְטְשׁ, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ וֵוייסְט דָאךְ וָואס אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען אַלְץ אַרִיבֶּער פוּן אָנְהוֹיבּ גָלוּת בִּיז יֶעצְט, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף יֶעדְן אֵיינֶעם בִּכְלָלִיּוּת וּבִפְּרָטִיּוּת, וּבִּפְרַט אוֹיף מִיר, וָואס אִיז אַלְץ אַרִיבֶּער אוֹיף מִיר פוּן וֶוען אִיךְ בִּין גֶעבּוֹירְן אוּן פוּן וֶוען מַיין נְשָׁמָה, רוּחַ וָנֶפֶשׁ, אוּן אַלֶע מַיינֶע גִּלְגּוּלִים זֶענֶען בַּאשַׁאפְן גֶעוָוארְן, בִּפְרַט פוּן דֶעם גִּלְגּוּל, וָואס אִיךְ הָאבּ אַלְץ עוֹבֵר גֶעוֶוען; וָואס זָאל אִיךְ זָאגְן, וִוי אַזוֹי קֶען אִיךְ זִיךְ פַארְטֵיידִיגְן?
 
רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, גֶעבּ אַרַיין אִין דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, אִין זַיין הַארְץ, אַ וִוילְן מִיר צוּ הֶעלְפְן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, לֵייג אַרַיין אִין דִי הֶערְצֶער פוּן אַלֶע אֱמֶתְ'עֶ צַדִיקִים זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט בַּאהַאלְטְן פוּן מִיר, זֵיי זָאלְן זִיךְ אָנְנֶעמֶען פַאר מִיר, זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן אִין מִיר גוּטֶע זַאכְן, זֵיי זָאלְן מִיךְ בְּרֶענְגֶען נָאנְט צוּ דִיר, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַלֶעס צוּ פַארְרֶעכְטְן, אִיךְ זָאל שׁוֹין תְּשׁוּבָה טוּן בֶּאֱמֶת וּבְלֵב שָׁלֵם.
 
הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן, דוּ הָאסְט דָאךְ אוּנְז צוּגֶעזָאגְט אַז דוּרְךְ דִיר וֶועט דִי תּוֹרָה נִישְׁט פַארְגֶעסְן וֶוערְן, בֶּעט אִיךְ דִיר, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת, דֶערְבַּארֶעם זִיךְ אוֹיף מִיר, קוּק נִישְׁט שְׁלֶעכְט אוֹיף מִיר, אוֹיף אַלֶע שְׁלֶעכְטְס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעטוּן בִּיז אַהֶער. אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט גֶערֶעכְט, וַוייל אִיךְ הָאבּ אַזוֹיפִיל עֵצוֹת אוּן וֶועגְן וִוי אַזוֹי צוּ זַיין עֶרְלִיךְ, אוּן דָאךְ גֵיי אִיךְ וַוייטֶער דֶערְצֶערֶענֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, הֵיילִיגֶער רֶבִּי שִׁמְעוֹן קוּק נִישְׁט אוֹיף דֶעם, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף מִיר, הֶעלְף מִיר, אִיךְ הָאבּ נָאר אֵיין וֶועג צוּרִיק צוּ קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ תְּפִלָה; זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן דָאס הַארְץ, (אַז אִיךְ וֶועל זוֹכֶה זַיין צוּ קוּמֶען קַיין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל אוּן זַיין בַּיי דַיין צִיוּן וֶועל אִיךְ דִיר דָאס אַלֶעס דֶערְצֵיילְן, אִיךְ וֶועל זִיךְ קֶענֶען אוֹיסְשְׁמוּעֶסְן מִיט דִיר), אִין דִי זְכוּת פוּן דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ קֶענֶען פַארְרֶעכְטְן אַלֶעס, אָמֵן".