דורך: גרשון קרעמער
 
אינמיטן דעם שווערן נאכמיטאג ראש-האוער טראפיק - דינסטאג פרשת לך לך, ווען טויזנטער מענטשן פארן אהיים פון דער ארבעט - בערך 6:45 אזייגער, האט פאסירט א שרעקליכער אינצידענט אויפ'ן רעמפ פון וואשינגטאן הייטס ארויף צום אויבערשטן שטאק פונעם דזשארדזש וואשינגטאן בריק. עס האט זיך אנגעהויבן ווען צוויי קארס האבן אין די זעלבע צייט געטוישט ליניעס און זיך כמעט צוזאמגעשטויסן. ביידע דרייווערס האבן שנעל געדריקט די ברעיקס... אבער דערמיט האט זיך די מעשה נישט געענדיגט.
 
לויט ווי די פראקורארן זאגן, זעט מען אויף די קעמערעס ווי א 62-יעריגער פענסיאנירטער דעטעקטיוו פון דער ניו יארקער פאליציי האט נאכגעיאגט א צווייטן קאר און איז אים נאכגעפארן ממש אונטער אים, ביז ער האט אים דערכאפט פון רעכטס און ארויסגעשאסן איין קויל דורכ'ן הינטערשטן פענסטער. דערנאך איז ער ווייטער געפלויגן דורכ'ן פאליסעידס פארקוועי אין דער ריכטונג פון זיין היים אין העווערסטרא, ראקלאנד קאונטי.
 
דער געשאסענער, מר. ארווין, א 46-יעריגער פאטער פון צוויי קינדער און אן ארבעטער ביי קאן עדיסאן, איז דאן געווען אויפ'ן וועג אהיים נאך א לאנגן טאג ארבעט. מ'האט אים אפגעפירט אין שפיטאל, וואו ער איז ליידער אויסגעגאנגען.
 
די פאליציי האט פארמאכט די ליניעס אויפ'ן אויבערשטן שטאק אין דער ריכטונג קיין ניו דזשערסי פאר ארום זעקס שעה, ביז בערך איינס אזייגער ביינאכט. דעם קומענדיגן טאג האט מען ארעסטירט דעם פארדעכטיגטן, און דאנערשטאג האט מען אים אנגעקלאגט מיט ערשטע גראד מארד קלאגעס.
 
עס איז שטוינענד צו זען וויאזוי אן אינצידענט, וואס וואלט זיך געקענט ענדיגן מיט גארנישט, האט זיך אזוי אויסגעלאזט. וויפיל מאל פאסירן ליידער "כמעט" עקסידענטן? אמת, דער צווייטער דרייווער איז נישט געווען פארזיכטיג, אבער ווען עס קומט אריין כעס, און מען טראכט "איך וועל אים ווייזן", אדער "איך בין גערעכט, איך בין דא געווען פריער!", פארלירט מען דעם שכל. אין איין רגע איז א מענטש דערמארדעט געווארן, און עס איז איבערגעבליבן אן אלמנה מיט צוויי קינדער אן א טאטן. און ער אליין, וואס האט יארן לאנג געדינט אין די פאליציי, האט אלעס פארלוירן; יעצט וועט ער אפשימלען אין די ערגסטע תפיסות. דאס אלעס, פארוואס?
 
מוהרא"ש זי"ע פלעגט אונז אלעמאל זאגן: "זיי קלוג, נישט גערעכט!" ווען דו פארסט אויפ'ן הייוועי און איינער שניידט דיך אריין, לאז אים גיין! לאז אים פליען פאראויס! בפרט ווען מען רעדט פון א גוי; א גוי איז עלול אויף רציחה. דו מיינסט אז עס איז א שפיל זיך צו רייצן מיט א גוי?! און וואס קאסט עס דיר? א האלבע מינוט? קוק וואס דו קענסט פארלירן אויב דו וועסט זיך עקשנ'ען צו בלייבן "גערעכט". חז"ל זאגן: "כל הכועס כל מיני גיהנם שולטין בו" (נדרים כ"ב ע"א).
 
די זעלבע זאך איז אין שטוב. עפעס גייט אנדערש ווי דו ווילסט? האסט שוין טויזנט מאל געזאגט אז מען טוט נישט אזוי, און דו פילסט ווי דו רעדסט צו א וואנט? בארואיג דיך, עס וועט זיין גוט. שפעטער, ווען דו וועסט זיין רואיג, וועסטו עס זאגן נאכאמאל שיינערהייט.
 
דער אייבערשטער זאל אונז העלפן אז מיר זאלן זיין קלוג און נישט זוכן צו זיין גערעכט, דעמאלט וועלן מיר האבן א שיין און זיס לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
 
הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.