בשעת די צענליגע טויזנטע אידן גרייטן צו פארן צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, קען דער סמ"ך מ"ם נישט דאס דורכלאזן אן דעם וואס ער זאל צושטעלן שטרויכלונגען אויף אלע זייטן.
 
ער זעט אז די מלחמה אין אוקריינא האבן פאריאר און נישט היי יאר אפגעשראקן די צענדליגע טויזנטע אידן, אזוי אויך די אפשפארונג פון די עירפארטס און די לאנגע נסיעות וואס מען דארף נעמען האבן אויך נישט פארמיטן די אלע פון קומען, פרובירט ער כסדר אויף אלע אופנים, יעדעס יאר מיט אלע מיטלען און וועגן, סיי בכלליות, און סיי בפרטיות.
 
יעצט האט ער זיך ווידער פארשטעלט אינעם אוקריינישער אמבאסאדאר אין ארץ ישראל, וואס האט געזאגט אז צוליב די מלחמה טראכט אוקריינא פון באגרעניצן די איינטריט פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. אבער דער סמ"ך מ"ם וועט אונז בכלל נישט דערשרעקן דערפון, ווייל קודם כל ווייסן מיר די עצה פון תפלה, וואס פונקט ווי פאריאר און אלע אנדערע יארן זענען מיט איבערגעקומען אלע שטרויכלונגען דורך בעטן דעם אויבערשטן, וועלן מיר היי יאר אויך פועלן אומאן ראש השנה דורך תפלה
 
און צווייטנעס די וואס האבן א גוטע זכרון, וועלן זיכער געדענקען די סטעיטמענטס וואס דער זעלבער אוקראינישער אמבאסאדאר האט געזאגט פאריאר פאר ראש השנה, כאולי זיין רעגירונג וועלכע זאל זיך האבן געזארגט פאר די וואוילזיין פון די אידן וואס קומען צו זיין לאנד, און איז זייער באזארגט צו מען קען אויפנעמען טוריסטן אין די מלחמה צושטאנד.
 
למעשה האט זיך דעמאלטס ארויסגעשטעלט אז דער סטעיטמענט איז געווען א לופטיג און ליידיג, ווייל נישט נאר וואס די אוקראינישע רעגירונג האט נישט געשטערט, נאר אדרבה, די פילע אפטיילונגען פון די ממשלה אין אוקריינא האבן זיך גאר שיין צוגעשטעלט מיט אלעם וואס נאר מעגליך צו העלפן די אלע וואס האבן זיך נישט געשראקן, און זענען געקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה קיין אומאן.
 
אזוי אויך וועט זיין היי יאר מיטן אויבערשטנ'ס הילף, די אוקריינער רעגירונג וועט זיין נאך אסאך בעסער צוגעגרייט בעזרת השם יתברך, זיי גרייטן צו גענוג גרעניץ וועכטער און זיכערהייט סערוויסעס פאר די טעג ארום ראש השנה ווען אנשי שלומינו קומען צום הייליגן רבין און פאלגן אויס זיין בקשה וואס ער האט זיך געבעטן ביי אונז אז קיינער טאר נישט פעלן. קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן.
 
אין כל חדש תחת השמש