יעצט ווען מען האלט אינמיטן די שבע ברכות טעג פון החתן ישראל סאמעט הי"ו, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג די טאכטער פון הרב דניאל בוים שליט"א, די חתונה איז פארגעקומען מיט גרויס שמחה אין היכל הישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג.
נעכטן מאנטאג אווענט האט דער זיידע פונעם חתן אפגעראכטן א שיינע שבע ברכות אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל, ווי עס האבן זיך באטייליגט א גרויסע ציבור סאטמארע חסידים קינדער און אייניקלעך פונעם עלטער פעטער פונעם חתן הרב שאול לייב זאלדאן שליט"א.
ביי דעם געלגענהייט האט הרב יואל מנחם גרשון שניטצלער הי"ו (פון די חשובע אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות אלס א קרוב משפחה) זיך אויפגעשטעלט און געגעבן א שיינע מתנה פאר חתן אין נאמען פון אלע וואס געניסן פון זיינע פילע פעולות פון הפצה, און האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים, און ארויסגעברענגט אז דער חתן איז אן אייניקל פונעם באוויסטן גבאי צדקה הרה"ח ר' יעקב וואלף זאלדאן זכרונו לברכה, וואס זיין בילד ליגט פאר די אויגן פון פילע, ווי ער פלעגט זיך ארומשלעפן זומער און ווינטער מיט די גרעסטע מסירות נפש האבנדיג א ווייעדיג פוס, צוזאמשטעלנדיג סכומים אדורים ארויסצוהעלפן אידישע קינדער אין זייערע שווערע מצבים. אין דעם דרך איז ממשיך זיין חשוב'ער אייניקל דער חתן וכו' צו מחי' אידן טויזנטער אידן מיט התחזקות.
צום מתנה איז געווען צוגעלייגט א שיינע פאום געשריבן אויף לשון הקודש, וואס מיר וועלן דא צוברענגען (מיט א אידישע איבערזעצונג)
בעזהשי"ת
"מאנטאג בחוקותי תשע"ט
א הארציגע ברכת מזל טוב צום טייערן חתן כמר ישראליק סאמעט ולזוגתו החשובה תחי'. וואונטשן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס באקומען חיזוק פון די "חיזוק יומי" אין עטליכע שפראכן, די "בליץ חיזוק" אין "סטאטוס", די "קארטלעך", און נאך און נאך.
אזוי אויך די גאנצע שטאב פון "חיזוק יומי" און "טעגליכע בריוו", וואס וואונשטן אייך א ברכת מזל טוב פון טיפן הארץ, און פארשטייט זיך פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בעט פאר אייך יעדן טאג און שעצט זייער אייער טייערע און חשובע ארבעט, פון מחזק זיין צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט.
אין זכות פון די אלע הייליגע פעולות, זאלט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב ווי דאס שטרעבן פון אייערע עלטערן און רביס, און איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות, און ווי דער ראש ישיבה'ס ברכה: "ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט". אמן ואמן."
 
בילדער פונעם שיינעם שבע ברכות פאר משפחת זאלדאן החשובה אין זאל פון קרן ויואל משה אין קרית יואל