היינט דינסטאג אווענט אור ליום י"ז שבט, ווען עס פאלט אויס די פערטע יארצייט פון מוהרא"ש ז"ל, וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סט. ווי מען וועט זיך וואשן צום יארצייט סעודה, און זיך מחזק זיין אינאיינעם צו גיין ווייטער אין זיינע וועגן, צו זיין גרייט אלעס אוועק צו געבן פון זיך אלעס אבי פאר נאך א איד זאל גיין גוט, נאך א איד זאל וויסן אז מען קען יא האבן שלום בית, נאך איינער זאל געוואר ווערן אז אויך ער קען לערנען כל התורה כולה. מען וועט זיך מחזק זיין אין דאס וואס ער האט געלייגט דער עיקר דגוש בחיים חיותו, אז מיר אלע זאלן זיך אנשטרענגען צו מפיץ זיין די תורה פון הייליגן רבין אויף די גאנצע וועלט. און בכלל מחזק זיין די מפיצים אויף אלע מיני אופנים וואס מיר קענען נאר. און מיטן אייבערשטענס הילף ווייטער גיין אין זיינע הייליגע וועגן, און לערנען זיינע הייליגע ספרים.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט דברי חיזוק וואס מיר וועלן אלע מיטנעמען מיט זיך צו קענען אנגיין ווייטער, און דינען דעם אייבערשטן.
 
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו