צענטראלע סעודה לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע, דינסטאג נאכט אין וויליאמסבורג
טו שבט תשפ"ג 📝
ווי יאר יערליך וועט אין וויליאמסבורג אפגעהאלטן ווערן דער גרויסער צענטראלע סעודת הילולא צום יארצייט פון אונזער גרויסן רבי'ן מרן מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס אין טאג פון י"ז שבט.
דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג ביים יארצייט אז כאטש מען קען פארציילן אן א שיעור אותות ומופתים פון מוהרא"ש זי"ע, איז עס נישט אינטערעסאנט. דער בעל שם טוב זי"ע איז אמאל געקומען אין חלום צו איינע פון די תלמידים מיט טענות פארוואס מען רעדט פון זיינע מופתים. דאס איז זיכער אז צדיקים קענען משפיע זיין פרנסה פאר אידישע קינדער, זיי קענען פועלן פרסנה, קינדערלאזע פארפעלקער ווערן נפקד, און אזוי ווייטער. דער גרעסעטער מופת פון מוהרא"ש זי"ע איז געווען אז ער האט געקענט פראווען אזא מופת אז אויך אונז פשוטע מגושם'דיגע מענטשן זאלן אויך אנהייבן טראכטן "עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט", "עס איז דא א תכלית וואס איך דארף דא אויפטון אין די פאר יאר וואס איך לעב", ער האט געפראוועט א מופת אז ער האט געקענט מאכן אז מיר זאלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן אנהייבן גלייבן אין זיך אז עס איז נאך דא א האפענונג פאר מיר ארויסצוגיין פון מיינע פראבעלמען ברוחניות און בגשמיות, ער האט אזויפיל געבעטן און געמאנט ביז ער האט געפועלט ביי אונז מיר זאלן אנהייבן מעביר סדרה צו זיין פון אנפאנג וואך, מיר זאלן פרובירן די עצה פון זאגן משניות, און מיר זאלן אננעמען די עצה פון סדר דרך הלימוד, ער האט אזויפיל גערעדט און געפאדערט ביז מיר האבן שוין אנגעהויבן גלייבן אז עס איז דא א וועג וויאזוי צו האבן שלום בית, דורך רעדן שיין צו די ווייב, און זיך נישט טענה'ן מיט איר. "איר ווילט הערן א מופת פון מוהרא"ש", - זאגן די תלמידים - "א מופת בין איך!"
ווי געזאגט האט דער ראש ישיבה באשטימט אז דער צענטראלע סעודה וועט דאס יאר פארקומען אין וויליאסבורג אין בית המדרש הגדול היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט., ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה, מען וועט הערן שיינע דברי התחקזות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס וועט זיין א שיינע פראגראם איבער דאס לעבן פון מוהרא"ש זי"ע.
די זעלבע צייט וועלן אנשי שלומינו זיך אנגארטלען און שטיצן דעם קרן הדפסה וואס איז געווען די לעבנס ציל פון מוהרא"ש, צו דרוקן און פארשפרייטן די זיסע און הילייגע עצות פון הייליגן רבין, און דאס גייט צו בעיקר דורך די ספרים, קונטרים, און גליונות.
תאו והתכנשו להילולא דרבי