צפון קארעא - וואו די פארטיי "מוז" געווינען די וואלן
כח אדר תשפ"ו 📝
אין דעם ווייטן מזרח געפינט זיך דאס לאנד קארעא, וועלכע איז נאך א לאנגע און בלוטיגע מלחמה צעטיילט געווארן אין צוויי באזונדערע וועלטן. בשעת דרום קארעא ווערט געפירט דורך א דעמאקראטישע רעגירונג, ווערן די בירגער פון צפון קארעא שוין צענדליגע יארן פארשקלאפט אונטער א קאמוניסטישן רעזשים, וואס ווערט היינט אנגעפירט דורך דעם דיקטאטור קים יאנג אן.
כאטש עס קומען דארט פאר "וואלן", ווייסט יעדער קינד אז דאס איז בלויז א שפיל. די רעזולטאטן פון די וואלן - וואס זענען געווען 99.93% - זענען שוין באשטימט נאך פאר דער ערשטער מענטש איז ארויסגעגאנגען שטימען, ווייל עס עקזיסטירט דארט נישט קיין עכטע אויסוואל; מען שטימט נישט ווייל מען וויל, נאר ווייל מען "מוז".
געלויבט דעם אויבערשטן אז מיר לעבן אין א פרייע וועלט וואו מיר קענען טאן כמעט אלעס וואס אונזער הארץ גלוסט. אבער אויב מיר וועלן טיף אריינקוקן, וועלן מיר זען אן ענליכע בילד: צי טוען מיר טאקע וואס מיר ווילן, אדער זענען מיר אליין פארשקלאפט צו דעם "מען מוז"?
פילע מענטשן פירן זיך אויף א געוויסן אופן נאר ווייל "יעדער טוט אזוי". מען קויפט געוויסע גלעזער אדער מלבושים נאר ווייל א "סעלעבריטי" גייט אזוי, און מען רעדט זיך איין אז מיט דעם וועט מען ווערן פרייליך. מען פארגעסט נעבעך פונעם אמת'ן תכלית: אז יעדער איד איז א "חלק אלוק ממעל" מיט א הייליגע שליחות וואס דער אויבערשטער וויל ער זאל אויפטון דא אויף דער וועלט.
קוק גוט אריין אין דיר, וועסטו זען וואס דו ווילסט באמת. דו ווילסט עסן, דו ווילסט טרינקען, דו ווילסט וואוינען אין א שיינע דירה – דאס איז זייער גוט; אבער אויב עס וועט דורכגיין א טאג אן א קאפיטל תהלים, וועסטו זיך שפירן הונגעריג, אפילו אויב דו וועסט האבן אלע מטעמים און מדענים. אויב דו וועסט נישט רעדן צום אויבערשטן, וועסטו נישט זיין פרייליך, און אן א פרק משניות וועסטו נישט שפירן קיין סיפוק. דאס איז וואס דו ווילסט באמת, און דאס וועט דיר פירן צום תכלית.
בכלל איז דאס לעבן א שיינע שפיל וואס דער אויבערשטער מאכט פאר אונז. עס קען אויסזען ווי מיר האבן אן אויסוואל – איך וויל אנקומען אהין, אדער ערלעדיגן דאס – עס זעט אויס ווי עס ליגט אין אונזערע הענט צו קענען פירן אונזער לעבן, אבער באמת איז שוין אלעס לאנג באשטימט. "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה". מיר דארפן בלויז הנאה האבן פונעם שיינעם שפיל און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די זכיה וואס מיר האבן, אז מיר זענען אידישע קינדער און קענען אים דינען.