צפון־מזרח ראיאן איינגעטונקען אונטער שווערער ארקטישער קעלט־כוואליע
יא שבט תשפ"ו 📝
מיר אלע האלטן מיט אין די לעצטע טעג די ציפעדיגע 'ארקטיק' קעלט-כוואליע וואס האט ארומגענומען אונזער געגנט. דער גאנצער נארט-איסט ראיאן פון אמעריקע, אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערסי, גייט יעצט דורך גאר שווערע קאלטע טעג מיט טעמפעראטורן וואס מ'האט זעלטן ווען געזען אין דער היסטאריע פון דעם דאזיגן געגנט. וועטער עקספערטן זאגן אז מיר זענען נאכנישט אריבער די סאמע קעלטסטע טעג.
אין די לעצטע פאר טעג איז די וועטער געווען גאר קאלט, ווען אין אפסטעיט ניו יארק האט מען געהאט עטליכע נעכט מיט טעמפעראטורן אונטערן זערא. אבער דאס איז נאך גארנישט קעגן וואס מען ערווארט אין די קומענדיגע טעג, ווען די קעלט וועט גרייכן איר שפיץ פרייטאג צו נאכטס. אין קרית יואל ערווארט מען אז די טעמפעראטורן זאלן פאלן צו מער ווי 10 דעגרי אונטער זערא (וואס איז -23 צעלזיוס), בעת וואס אין שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי וועט די קעלט האלטן צווישן 5 און 10 דעגרי אונטערן זערא (-22 צעלזיוס). אין ברוקלין זאגט מען פאר אז עס וועט זיין בערך צען דעגרי פערנהייט (-12 צעלזיוס).
בשעת מיר קוקן איבער די מיטלען וואס מ'דארף האבן כדי אויסצוהאלטן די ביטערע קעלט - מען קוקט איבער צי מען האט גענוג ווארעמע מאנטלען, שאלן, אויערן־שיצער און הענטשקעס, און מיר קוקן איבער די הייצונג סיסטעמען צו זיין פארזיכערט אז אלעס ארבעט געהעריג כדי די שטוב זאל בלייבן ווארעם – איז דאס אויך די פאסיגע צייט צו באטראכטן אונזערע שטובער צו זען אויב מיר קענען ביישטיין די שרעקליכע רוחניות'דיגע פראסטן און ווינטן וואס בלאזן ארום אונז.
דער רבי האט געזאגט, אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין א שטורעם. נישט קיין שטורעם פון שניי, רעגן אדער ווינט, נאר א רוחניות'דיגער שטורעם. און מיר מוזן זיך צוגרייטן דערצו מיט די ריכטיגע "הייצונג סיסטעם". דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, אז אין די זעלבע צייט וואס עס איז דא דער טריפה'נער אינטערנעט, וואו יעדער לץ פארמאגט א מייקראפאן און שטעלט זיך אהער אלס דער ווארטזאגער פאר גאנץ כלל ישראל, זענען פארהאן הייליגע ספרים וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אויבערשטן אויף אזא פארנעם אז מ'האט מיט וואס זיך צו דערווארעמען די ביינער.
אפילו דער ווארימסטער מאנטל איז גארנישט ווערט אויב ער בלייבט הענגען אין קלאזעט. וואס העלפט א פארגעשריטענע הייצונג סיסטעם אויב דער סוויטש איז אויסגעלאשן? דערפאר מוזן מיר זיך כסדר אויפפרישן און זיך מחזק זיין דורכ'ן לערנען יעדן טאג די ספרים ווי "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", און אריינרופן צו 'קול ברסלב' צו הערן א חיזוק שיעור. דאס דינט אלס דער בעסטער אימיון-בוסטער צו קענען בלייבן ווארעם אפילו אין די סאמע קעלטסטע וועטערס.