שאלה:
 
א גוטן ר' גרשון, קודם כל, א גרויסן יישר כח פאר דיינע אלע ארטיקלען יעדע וואך; עס איז זייער שיין און אינטערעסאנט.
 
איך האב געוואלט פרעגן וועגן קאווע, צי עס איז אמת אז עס שטערט פון וואקסן אדער נישט. אויך האב איך געהערט אז די שפאנישע זענען נידעריג ווייל זיי טרינקען אסאך קאווע. ביטע לאזט מיר וויסן ווי שנעלער, ווייל מיין קאווע ווערט שוין קאלט. יישר כח.
 
ענטפער:


א גרויסן יישר כח פאר דיין שאלה און עקסטער פאר די שיינע ווארעמע ווערטער. ערשטנס, דו דארפסט נישט ווארטן ביז דו ענדיגסט ליינען דעם ענטפער; דו קענסט שוין יעצט אויסטרינקען דיין קאווע רואיגערהייט, איך וויל נישט עס זאל ווערן קאלט...
 
לגבי דיין שאלה צי עס איז אמת אז קאווע שטערט פון וואקסן, אויסער אלטע איינרעדענישן ליגט גארנישט דערין. סיי דאקטוירים און סיי וויסנשאפטלער זענען איינשטימיג אז קאווע און קאפעין האבן נישט קיין שום השפעה אויף די ביינער אדער אויף דעם פיזישן וואוקס פון א מענטש. די הויכקייט פון א מענטש ווענדט זיך בעיקר לויט די נאטור וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן (גענעטיקס). און דער עיקר וואס מאכט אויס אויסער גענעטיקס, איז געזונטע נעהרונג (שפייז) און שלאף אין די יונגע יארן.
 
מיט וואס מען נעהרט דעם מענטש אין די אינגע יארן האט א געוואלדיגע השפעה אויף שפעטער. ווען א קינד הערט אלס די חשיבות פון ערליכע אידן און ער זעט ווי זיינע עלטערן לעבן פארן אויבערשטן, באקומט ער די וויכטיגע נערונג וואס ער דארף כדי אויפצוואקסן געזונט און שטארק, צו קענען נעמען זיינע שוועריקייטן אז ער זאל נישט אונטערברעכן פון יעדע זאך.
 
דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט געהערט אז שפאנישע מענטשן זענען נידריג צוליב דעם וואס זיי טרינקען קאווע, האט גארנישט מיט'ן מציאות. דער בעסטער באווייז אז דאס איז בלויז זייער נאטורליכע גענעטיקס איז אז די לענדער וואו מען טרינקט די מערסטע קאווע אין דער גאנצער וועלט זענען די סקאנדינאווישע לענדער (פינלאנד, נארוועגיע און שוועדן), און דארט זענען די מענטשן פון די העכסטע אין דער וועלט!
 
דו קענסט רואיג טרינקען קאווע, אבער מאך זיכער צו מאכן אן ערליכע ברכה און דאנקען דעם אויבערשטן פאר די געשמאקע קאווע מיט וואס דו דערקוויקסט זיך טאג-טעגליך.
 
שהכל נהי' בדברו