שאלה: איך האב זייער הנאה פון אייערע ארטיקלען, מיין שאלה איז אזוי, מען זאגט אז די וואסער איז בלוי ווייל עס שפיגלט אפ דער הימל, און בינאכט איז עס שווארץ ווייל די הימל איז שווארץ, און עכט איז די וואסער דורכזיכטיג (אָן קיין קאליר), אויב אזוי וואס איז די עכטע קאליר פון די הימל?
 
א גרויסן ישר כח, מענדל ד., צפון ארץ ישראל
 
ענטפער: פארוואס זעט די הימל אויס בלוי בייטאג: ליכט שטראלן זענען ווייס, אבער באשטייט פון אלע קאלירן פונעם רעגן בויגן (רויט, אראנדזש, געל, גרין, בלוי און פוירפל) ווען די זון שטראלן גרייכן אונזער וועלטל, שטויסן זיי זיך אן אין די אומצאליגע פיצעלע לופט מאלעקיולן, די מאלעקיולן צושפרייטן די ליכט שטראלן אין אלע ריכטונגען, אבער די בלויע שטראלן ווערן די מערסטע צושפרייט ווייל זיי פארן אין קלענערע שנעלערע כוואליעס, און דאס איז פארוואס די הימל זעט אונז אויס בלוי.
 
ביינאכט איז נישטא קיין זין איבער אונז וואס זאל זאל פארשפרייטן און ארויסגעבן סיי וועלכע ליכטיגקייט, און דעריבער זעען מיר די הימל שווארץ און טונקל.
 
דער ים פאר זיך האט נישט קיין קאליר, עס איז דורכזיכטיג, וואס מיינט אז ליכטיגקייט קען איר דורכפארן און ווערט נישט אפגעשטעלט דורך איר, אבער עס דינט ווי א שפיגל, בייטאג שפיגעלט עס אפ דער שיינער בלויער הימל, און ווי נאר די זון גייט אונטער שפיגעלט עס אפ די טונקעלע הימל ביז ביינאכט ווען די שטערנס באווייזן זיך איבערן הימל.



די גמרא אין מסת מנחות זאגט: תניא היה ר' מאיר אומר מה נשתנה תכלת מכל מיני צבעונין מפני שהתכלת דומה לים וים דומה לרקיע ורקיע לכסא הכבוד שנאמר (שמות כד, י) ותחת רגליו כמעשה לבנת הספיר וכעצם השמים לטהר וכתיב (יחזקאל א, כו) כמראה אבן ספיר דמות כסא. רבי מאיר זאגט, פארוואס האט דער אויבערשטער געהייסן לייגן תכלת אין די ציצית? וואס איז תכלת בעסער פון אנדערע קאלירן? ווייל תכלת איז ענליך צו די ים, און דער ים איז ענליך צום הימל, און דער הימל איז גלייך צום כסא הכבוד.
 
האב איך אמאל געהערט פון א ברסלב'ע חסיד אזוי, פארוואס זאגט נישט די גמרא גלייך "מען נוצט תכלת פאר די ציצית, ווייל עס איז דומה צום כסא הכבוד", וואס פעלט אויס צו האבן די אלע זאכן אינצווישן? די גמרא וויל אונז דא פארציילן וויאזוי מען דארף רעדן מיט מענטשן, נישט אלע זענען ביי די מדריגה אז זיי טראכטן פונעם אויבערשטן, און לעבן מיט'ן אויבערשטן, און אויב מען וועט זיי זאגן סתם "דער אויבערשטער איז דא מיט דיר, ער האט דיר ליב, און ער ווארט אויף דיר, מען קען רעדן צו אים" וועט ער עס נישט קענען נעמען, מען דארף גיין צוביסלעך, מען קען נישט גלייך צוקלעבן א מענטשן צום אויבערשטן, מען רעדט מיט אים נייעס, עס טוט זיך מלחמות, פאליטיק, סייענס, און צוביסלעך גלייכט מען צו איין זאך צום צווייטן. ווי דער רבי האט געזאגט אז מען דארף רעדן מיט מענטשן, אבער דער עיקר איז אז מען זאל צילן אז צום סוף זאל מען רעדן פון אויבערשטן ווי ער און נאר ער פירט די וועלט, מען דארף נישט מורא האבן פון קיינעם, די וועלט ווערט נישט חרוב, נאר פארקערט דער אויבערשטער פירט זיין וועלט יעדעס יאר אסאך שענער און בעסער. און מיר דארפן בלויז זיין פארנומען מיט'ן אריינכאפן פשוטע מצוה'לעך דא און דארט, א דאווענען, א קאפיטל תהלים, א כיבוד אב ואם, און זיך זייער שטארק פרייען מיט דעם, און דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע מדריגות.