קאלקולעטאר
כט טבת תשפ"ו 📝
שאלה:
איך לייג אריין זייער קאמפליצירטע חשבונות אין א קאלקולעיטאר, און אין ווייניגער פון א סעקונדע, האט עס דעם ריכטיגן ענטפער. עס פילט זיך כמעט שנעלער ווי טראכטן. וויאזוי ווייסט א קאלקולעיטאר אזוי שנעל די גוטע ענטפער?
רחל ז.
ענטפער:
איך האב הנאה פון דיין שאלה. עס ווייזט אז דו טראכסט. דער באשעפער וויל מיר זאלן נוצן אונזער שכל און געפיל, און אים דינען דערמיט. אנדערש ווי א קאלקולעיטאר וואס "טראכט" בכלל נישט. ער פאלגט פשוט די אינסטרוקציעס וואס די פירמע האט אים געגעבן בשעת מען האט אים באשאפן.
דער קאלקולעיטאר גייט נישט באקומען קיין שכר פארן ענטפערן דיין שאלה, אפילו ער ענטפערט אייביג הונדערט פראצענט גוט. ער האט גארנישט געטון קיין שלעכטס, אבער ער האט נישט קיין בחירה. ער מוז טון פונקטליך וואס מען האט אים געהייסן.
אין די קאלקולעיטארס זענען דא פיצלעך טשיפס. דער טשיפ אנטהאלט מיליאנען קליינטשיגע סוויטשעס ("טראנזיסטארס"). יעדער סוויטש קען זיין אדער "אנגעצונדן" אדער "אויסגעלאשן". דורך אנצינדן און אויסלעשן די אלע סוויטשעס לויט די פונקטליכע אנווייזונגען וואס מען האט באשטימט פאר אים, טוט דער מאשין אויסרעכענען די מערסט קאמפליצירטע מאטעמאטישע חשבונות.
אנדערש זענען מיר מענטשן, וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן א בחירה. מיר קענען ווערן פארנארט פון די וועלט, טוען ח"ו שלעכטס און קאליע מאכן, אדער קענען מיר הערן די עצות פון די צדיקים און פאלגן - בעיקר די עצה פון רעדן צום אויבערשטן - וואס דאס וועט אונז אלץ צוריק טראגן צום גוטן וועג, און פאררעכטן אלעס וואס מיר האבן אפגעטון.
פארוואס שפירט זיך עס אזוי שנעל? ווייל די אלע זאכן ווערן געטון דורך עלעקטרישע פולסן, וועלכע רוקן זיך מורא'דיג שנעל. דער טשיפ קען טון מיליאנען שריט אין א סעקונדע. און דערפאר שפירט זיך עס ווי עס געשעט אויף דער סעקונדע.
מיר וועלכע האבן ב"ה שכל און א בחירה, וועלן אויסנוצן אונזערע מעגליכקייטן און בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן קיינמאל פארגעסן פון אים, מיר זאלן אייביג געדענקען אז ער איז דא מיט אונז, און אז ער פארגעסט קיינמאל פון אונז, און אז מיר קענען אייביג צוריקקומען צו אים. נישט קיין חילוק וואס עס איז שוין דורך. און כאטש מיר מאכן טעותים, מיר זענען נישט אייביג גערעכט, איז אונזער עבודה אסאך מער חשוב פון דעם קאלקולעטאר וואס מאכט קיינמאל נישט קיין טעות.