קאמפיוטער קיאסק "לאַונטש" אין שטעטל געעפענט
כ חשון תשפ"ג 📝
קרית ברסלב. - נאך א לאנגע צייט וואס די קהלה האט געזוכט א פאסיגע פלאץ פאר די קאמפיוטער קיאסק, איז אונז א פרייד צו מעלדן די גוטע בשורה אז נאכדעם וואס מען האט אפגעקויפט דעם בנין פאר די געברויך פון די קהילה ביים עק פון שטעטל, האט דער ראש ישיבה באשטימט אז איינע פון צוועקן פאר וואס מען וועט דאס נוצן איז פארן וויכטיגן קאמפיוטער קיאסק. דער פלאץ האט מען שוין ברוך השם געענדיגט צורישן מיט אלע צוגעהערן, מען האט אריינגעלייגט אסאך כחות און געלט אז עס זאל זיין אויפן בעסטן אויפן און אויפן כשר'סטן וועג, די קאמפיוטערס זאלן זיין ריין פון אלע מרעין בישין, און עס איז שוין אפן פארן פאבליק צו די צופרידענהייט פון אלע תושבי העיר.
גאנץ אנפאנג ווען מען האט געעפענט דעם שטעטל האט דער ראש ישיבה תיכף גערעדט איבער די וויכטיגקייט צו האבן א קאמפיוטער קיאסק אין שטעטל. ביים ראש ישיבה איז זייער וויכטיג אז דער שטוב זאל זיין זויבער, און מען זאל נישט זיין פארנומען אין שטוב נאר מיט די משפחה, דערפאר זארגט דער ראש ישיבה אז מען זאל צושטעלן א גוטע ריינע קאמפיוטער קיאסק, מען זאל קענען האלטן די שטובער זויבער.
פון אנהייב איז דער קיאסק געווען פלאצירט ווי עס איז היינט די מיידל קעמפ, שפעטער ווען מען האט דארט געעפענט די מיידל קעמפן האט זיך עס אריבער געצויגן ווי עס היינט דער בית המדרש "אשר בנחל" אויף די דענמאן גאס, ווען עס איז געווארן דארט דער בית המדרש האט מען זיך געצויגן צום שטוב פון האברך מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט מיט מנדב געווען בחנם א חלק פון זיין דירה פארן קיאסק, זאל אים דער אייבערשטער באצאלן מיט אלעס גוטס פארן טון אזא געוואלדיגע זאך.
ווי שוין דערמאנט איז געווארן אפגעקויפט דורך די הנהלה, א בנין ספעציעל פאר די געברויך פון די קהילה, וואס מען וועט נוצן אויסער פארן וועט דארט אויך אריבערגיין די באזאר, און נאך זאכן פאר די קהילה וועט דארט זיין בקרוב מיטן אייבערשטנ'ס הילף.
יעצט ווען עס גייט אריבער צום הערליכן נייעם לאקאל, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען זאל טוישן די נאמען צו א מער פראפעסיאנאלער נאמען, פון היינט און ווייטער וועט עס הייסן די "לאַונטש" (אין ענגליש Lounge)
אנשי שלומינו זענען שטארק מכיר טובה פאר האברך מו"ה מרדכי היימליך הי"ו וואס דער ראש ישיבה האט געשטעלט אוועקצושטעלן דעם "לאַונטש", וואס האט טאקע אריינגעלייגט גרויסע כחות צוצושטעלן דאס פלאץ מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס, אנגעהויבן פון די קאנסטראקציע ארבעט ביזן אהערשטעלן קאמפיוטערס, פרינטערס און אזוי ווייטער, וואס ערט געטון מיט גרויס איבערגעגעבענקייט, זאל אים דער אייבערשטער באצאלן מיט אלעס גוטן.
אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר מו"ה מרדכי נרו יאיר, זעט מען ווי שטארק עס איז וויכטיג פארן ראש ישיבה דער קיאסק אין שטעטל עס זאל זיין אהערגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין:
"איך וויל אזוי שטארק אז דא אין שטעטל זאלן די אינגעלייט זיין ריין און זויבער, זיי זאלן נישט האבן אין שטוב קיין שום כלים. גלייך ווען מיר האבן אנגעהויבן רעדן פון בויען די שטעטל, פון די ערשטע זאכן האב איך געבעטן די הנהלה אז איך דארף א קיאסק, איך וויל נישט אינגעלייט זאלן אריינברענגען אין שטוב קיינע כלים."
"מיר האלטן יעצט דריי יאר פונעם שטעטל און עס איז גארנישט דא. איך בעט דיר, העלף מיר, וואס האב איך פון די שטעטל, וואס דארף איך א שטעטל? איך וויל דאך נאר דאס, אז מען זאל לעבן דא בקדושה ובטהרה. יעדן צווייטן טאג הער איך אז נאך און נאך קויפן זיך טעלעפאונס, טעבלעט, ווייל זיי האבן נישט קיין וועג ווי אזוי צו לעבן; זיי זענען גערעכט, מען דארף קענען זען אימעילס, מען דארף קענען זען די באנק וכו' וכו'; אפשר דאך קענסטו זיין דער גוטער שליח."
"געדענק וואס איך זאג דיר, די אלע וואס פירן זיך בתמימות, זיי פאלגן צדיקים, פאלגן ערליכע אידן, נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס האט אינטערנעט - די וועלן בלייבן מיט ערליכע דורות, און די אויבער חכמים וואס מאכן חוזק פון די ווערטער פון צדיקים און האלטן זיך קלוגער, ווער ווייסט וואס וועט זיין מיט די דורות הבאים..."
"אזוי איז געווען מיט זעכציג יאר צוריק, די הייליגע צדיקים האבן געשטורעמט א וועלט מען זאל נישט האבן אין שטוב קיין טעלעוויזשן מיט ראדיא, די וואס האבן געפאלגט - די האבן אייניקלעך און איר אייניקלעך נאמנים לה', און די אידן וואס האבן געלאכט, זייערע אייניקלעך נעבעך זענען אויסגעמישט, השם ישמרינו."
מען קען הערן א מער דעטאלירטע באריכט איבערן "לאונטש" אינעם אינטערוויו מיט ר' מרדכי נרו יאיר אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין 212-444-9191 דערנאך 7 8 אינמיטן די "שמועס מיט די ברסלב'ע ברודער" פון פרשת נח.