שאלה:
 
מיין רבי האט גערעדט איבער "קאמפלימענטן און קאמפלעינען", און איך וויל פארשטיין וואס די צוויי ווערטער מיינען.
 
ליפא זאבעל, כיתה ג', קרית יואל



ענטפער:
 
צוערשט, פאר די ארץ-ישראל'דיגע ליינער וואס ווילן וויסן דעם פשוט'ן טייטש: דאס ווארט "קאמפלימענטן" מיינט לויבן און אויסרימען, און "קאמפלעינען" מיינט זיך באקלאגן און וויינען אויף א זאך.
 
יעצט צוריק צו דיין שאלה.
 
טייערער ליפא'לע, דו פרעגסט א זייער גוטע שאלה. ביידע ווערטער, "קאמפלעינען" און "קאמפלימענטן", הערן זיך גאנץ ענליך און מען קען טאקע ווערן צומישט צווישן זיי. אבער באמת זענען די צוויי זאכן גאר אנדערע וועלטן; עס איז דא א גרעסערער חילוק צווישן זיי ווי צווישן א מאלפע און א מענטש.
 
א מענטש וואס לעבט מיט קאמפלימענטן קוקט אן יעדע זאך פאזיטיוו און ער איז צופרידן. אזא מענטש פירט א פרייליך לעבן, א לעבן מיט אהבת חינם, ער האט יעדעם ליב און עס איז ממש א מחי' צו זיין אין זיין געזעלשאפט. ער לעבט אבער אויף א גאנץ אנדערן פלאנעט ווי דער וואס קאמפלעינט. א מענטש וואס קאמפלעינט באקלאגט זיך אויף יעדע זאך; ער לעבט נעבעך אין א דמיון-וועלט און מיינט אז יעדע זאך קומט זיך אים. ער האט נעבעך א לעבן פול מיט קריגערייען און שנאת חינם.
 
מיט איין זאך זענען ביידע אייניג: ווען מען פילט אן א גלעזל ביז דער העלפט, זעען ביידע נאר א האלב גלעזל. אבער דער "קאמפלימענטירער" זעט די האלב וואס איז פול, און דער "קאמפלעינער" זעט נעבעך די האלב וואס איז ליידיג.
 
חז"ל זאגן אין מסכת אבות (פרק ה' משנה יט): "מה בין תלמידיו של אברהם אבינו לתלמידיו של בלעם הרשע? תלמידיו של אברהם אבינו, אוכלין בעולם הזה ונוחלין בעולם הבא, שנאמר להנחיל אוהבי יש, ואוצרותיהם אמלא. אבל תלמידיו של בלעם הרשע יורשין גיהנם ויורדין לבאר שחת, שנאמר, ואתה אלהים תורידם לבאר שחת, אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם, ואני אבטח בך".
 
די משנה שטעלט אוועק א שאלה: "וואס איז דער חילוק צווישן די תלמידים פון אברהם אבינו און די תלמידים פון בלעם הרשע?" עס פרעגט זיך די קשיא: אויב דו וואלסט געפרעגט וואס דער חילוק איז צווישן בלק און בלעם, אדער צווישן תרח און נמרוד, וואלט מען פארשטאנען די שאלה; אבער דו ווילסט וויסן וואס דער חילוק איז צווישן אברהם אבינו, דער צדיק יסוד עולם וואס האט געלעבט מיט'ן אויבערשטן און אונז אויסגעטרעטן דעם וועג פון אמונה צו וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, קעגן דעם רשע בלעם וואס האט נאר געקענט טון איין זאך – "שעלטן" און קוקן אויף יעדן מיט א שלעכט אויג? און אויף דעם ווילסטו וויסן "וואס איז דער חילוק צווישן זיי"?
 
נאר דער תירוץ איז, אז א פשוט'ער מענטש וואלט שווער געקענט זען דעם חילוק צווישן בלעם הרשע און אברהם אבינו. חז"ל זאגן (זבחים קט"ז ע"א): "כשניתנה תורה לישראל היה קולו הולך מסוף העולם ועד סופו, וכל מלכי עובדי כוכבים אחזתן רעדה בהיכליהן ואמרו שירה, שנאמר ובהיכלו כולו אומר כבוד. נתקבצו כולם אצל בלעם הרשע ואמרו לו: מה קול ההמון אשר שמענו, שמא מבול בא לעולם? אמר להם: ה' למבול ישב, וישב ה' מלך לעולם, כבר נשבע הקדוש ברוך הוא שאינו מביא מבול".
 
בלעם הרשע איז געווען א גרויסער רבי, ער האט געהאט אסאך חסידים. אין די צייטן פון בלעם, ווען איינער האט גערעדט פון משה רבינו, האט מען אים געזאגט: "איך ווייס נישט צי מען האלט פון אים, בלעם האלט דאך נישט פון אים". נו, וויאזוי קען מען טאקע וויסן ווער עס איז דער צדיק און ווער עס איז דער רשע? דאס זעט מען ביי די תלמידים.
 
דערפאר זאגט די משנה אז ביי די תלמידים קען מען זען דעם חילוק: די תלמידים פונעם צדיק זענען פרייליך מיט יעדע מצוה, זיי זענען "אוכלין בעולם הזה ונוחלין בעולם הבא"; אבער די תלמידים פון בלעם הרשע, זיי קאמפלעינען נעבעך אויף יעדע זאך און זיי שעלטן ווען עפעס גייט נישט גוט, ביי זיי איז נעבעך "יורשין גיהנם ויורדין לבאר שחת".
 
לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פון די תלמידים פון אברהם אבינו, צו לעבן א צופרידן לעבן און האבן די וועלט און יענע וועלט; און מיר זאלן אנטלויפן פון די תלמידים פון בלעם הרשע, וואס האבן נעבעך גארנישט – נישט די וועלט און נישט יענע וועלט.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.