די קאמפליצירטע קרעדיט קארד ציפערן
טז אייר תשפ"ה 📝
שאלה: ווען איך באצאל עפעס אנליין, און איך לייג אריין מיין דעביט אדער קרעדיט קארד, אויב איך האב געמאכט א טעות און געלייגט א נישט ריכטיגע נומער, ווייסט עס די וועבסייט תיכף אויפן פלאץ אפילו אן פרובירן. וויאזוי ווייסן זיי גלייך אז די נומער איז נישט ריכטיג?
ענטפער: זייער אן אינטערעסאנטע פראגע, און עס איז טאקע ריכטיג, בדרך כלל וועלן וועבסייטס וויסן צי די נומערן פונעם קארטל זענען בכלל ריכטיג אדער נישט נאך איידער זיי פרובירן עס צו טשארדזשן. די סיבה דערצו איז אז קרעדיט קארד ציפערן זענען נישט אבי ציפערן אין די וועלט אריין. קאמפיוטערס היינט האבן אריינגעבויט אינעם סיסטעם היינט צו טאג צו קענען אויפכאפן נומערן פון קארטלעך אויב עס קען זיין ריכטיג אדער נישט.
צום ערשט דארף מען שטארק אכטונג געבן פון קרעדיט קארטלעך, א קרעדיט קארטל איז א איינלאדענונג פון א פירמע צום מענטש "ווילסט עפעס קויפן און דו האסט נישט יעצט קיין געלט, זארג דיך נישט, מיר וועלן עס דיר אויסלייגן, און וועסט שוין שפעטער באצאלן,", עס זעט אויס ווי דאס איז א פשוטע גוטסקייט פון די פירמעס; אבער באמת ליגט דא א גרויסע ריזיקע, דער רבי זאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, און עס איז זייער גוט אוועקצושטיין פון קרעדיט קארדס. ב"ה אז מען קען אויך נוצן דעביט קארטלעך איינצוקויפן, און מען מוז נישט האבן קיין קרעדיט קארט בכלל.
וויאזוי ווייסט די קאמפיוטער צי די ציפערן זענען ריכטיג? די ציפערן פונעם קארטל זענען געבויעט אויף קאמפליצירטע חשבונות, און אין די רגע מען לייגט אריין די ציפערן אינעם שורה ווי עס באלאנגט, וועט עס די קאמפיוטער אליינס אויסרעכענען, נאך איידער זיי געבן עס ווייטער צום פירמע, און אזוי ארום אויב איינער האט געמאכט א טעות זאל מען עס תיכף אויפכאפן, און קענען אריינגעבן דעם ריכטיגן ציפער נאך איידער מען פרובירט עס צו טשארדזשן און עס קומט צוריק אז עס ארבעט נישט.
די ערשטע זאך וואס דער קאמפיוטער טשעקט איז די "לוהן אלגעריטעם", עס מאכט א לאנגע חשבון וואס איז געוואנדן יעדע ציפער דער וויפילטער ער איז, יעדע ציפער ווערט אראפ גערעכענט 9 אויב עס איז העכער 9, דערנאך רעכענט מען צוזאם די אלע ציפערן, און אויב די סך הכל ענדיגט זיך מיט 0 (צום ביישפיל 90) איז עס מעגליך א ריכטיגע קארטל ציפער, אויב קומט עס אויס סיי וועלכע אנדערע ציפער, שפייט דער קאמפיוטער אויס "אינוועליד קארטל נומער", און ער לאזט עס דיר נישט אריינגעבן.
די צווייטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער קוקט איז פשוט די ערשטע עטליכע ציפערן פונעם קארטל. אויב הייבט זיך עס אן מיט 4 איז עס א וויזע, אויב הייבט זיך עס אן מיט 51, 55, 2221, אדער 2720 איז עס א מעסטער קארד, אויב הייבט זיך עס אן מיט 34 אדער 37 איז עס אמעריקען עקספרעס. און אויב איינער לייגט אריין די ערשטע ציפערן עפעס אנדערש, וועט ער תיכף וויסן אז דאס קען נישט זיין א ריכטיגער קארטל ציפער.
די דריטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער האלט אן אויג איז אויף וויפיל ציפערן די קארטל פארמאגט, די באקאנטע פירמעס האבן א באשטימטע צאל ציפערן, און אויב עס הייבט זיך צום ביישפיל אן מיט 4, וואס מיינט אז עס איז א וויזע, און מען לייגט אריין ווייניגער אדער מער פון 16 ציפערן, איז עפעס נישט גוט מיט די ציפערן.
אז א מענטש זעט אז עס גייט אים עפעס נישט, דארף מען זיך נישט זארגן, עס איז דא איין ציפער וואס עס פעלט און אז דו וועסט עס אריינלייגן ריכטיג וועט אלעס פאלן אין פלאץ, די קארטל וועט דורכגיין. ביי אונז איז עס די ציפער איינס, איינס באדייט איך מיט'ן אויבערשטן, אז א מענטש לייגט אריין דעם ציפער ביי יעדע פלאץ, ער זוכט אויף דארט ווי ער איז, וואס וויל דער אויבערשטער דער אחד יחיד ומיוחד פון מיר יעצט, און ער וועט בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אים באלייכטן די אויגן, וועט ער זען ווי אלע טויערן וועלן זיך אים עפענען, און ער וועט מצליח זיין אין יעדע זאך.
אֱמוּנָה חָשׁוּב כִּצְדָקָה. (ספר המידות - אמונה)