עטליכע סטעיטס אין צענטער-צפון פון די פאראיינגטע שטאטן זענען אין די טעג אונטער א לופט קוואליטעט אלערט צוליב רויעך פון די פרישע וואלד פייערן וואס ברענען אין די ענדלאזע וועלדער פון קאנאדע. אין די יעצטיגע צייט ברענען נאנט צו הונדערט פופציג ווילדע פייערן ארויס פון קאנטראל אין די דרום פראווינצן פון קאנאדע וואס די ווינטן דירעקטירן זיי צו די אויבנדערמאנטע סטעיטס אין אמעריקע. געזונטהייט באאמטע אין אמעריקע האבן אויסגעדרוקט זארג איבער די געפאר פון אריינאטעמען די רויך פאר א לענגערע צייט, און אפילו די רויך קומט פון הונדערטע מיילן אוועק - זאגן זיי - אז עס קען זיין זייער שעדליך פאר מענטשן - בפרט פאר די וואס האבן אטעמען אדער אסטמא פראבלעמען.
 
דאס איז איינע פון די ערשיינונגען פונעם זומער, ווען אינאיינעם מיט די ווארימע וועטערס, און די מער טרוקענע סעזאנען קען יעדע קליינע פייער ארויסגיין פון קאנטראל, אזש מען קען עס שפירן און שעדיגן אפילו הונדערטער מיילן אוועק.
 
דאס איז א דערמאנונג פאר אונז ווי שטארק מיר דארפן זיך היטן פון א שלעכטע קוק, וואס איז אן ערשיינונג וואס קומט אויך מיט די ווארימע וועטערס, די גויים וואס לעבן אן די תורה אן דעם אויבערשטן האבן אראפ גענומען פון זיך יעדע מאראלישע ווירד, יעדע זעלבסט רעספעקט, און ווי נאר די וועטער ערלויבט גייען זיי ארום ממש ווי די חיות פון וואלד. אין די זעלבע צייט וואס מיר דארפן זיך ספראווען מיט די נסיונות ווי די אידישע קינדער אין מצרים מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט, דער סמ"ך מ"ם איז מכשיל אידישע קינדער, האט דער אויבערשטער אונז אויך צוגעגרייט די תבלין, די עצה דערצו, צום ערשט דארפן מיר אין אכט נעמען די גרויסע שאדן וואס א קוק קען אונז אנברענגען, פון איין זייט קען זיך דאכטן פאר א מענטש וואס איז שוין א קוק, אבער א שלעכטע קוק פארדרייט די מח פון א מענטש, און ער הייבט אן צו האבן קשיות אויף די אמונה, און דער מענטש וואונדערט זיך "וואו קומט עס צו מיר, איך זאל האבן שוועריקייטן מיט די פשוטע אמונה", דארף א מענטש וויסן אז דאס איז צוליב וואס מען האט זיך רח"ל נישט געהיטן די אויגן, וואס שאדט פאר די רוחניות'דיגע געזונט. אבער מיר האבן אן עצה, די ערשטע זאך איז תפלה, דער רבי זאגט (ספר המדות אות ראיה) אז איידער מען גייט ארויס אויפן גאס, זאל מען זאגן די פסוק פון ספר ישעי' (ל"ג ז) "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן." און מען זאל מתפלל זיין מען זאל זיין אפגעהיטן פון א שלעכטע קוק. אבער פון די אנדערע זייט טאר מען זיך נישט לאזן צוברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אראפ ווארפן א מענטש אין תהום דורכן אים איינרעדן אז נאכן דורכפאל איז ער שוין דערנאך. עס איז טאקע אמת אז א קוק איז זייער שעדליך, אבער מיט זאגן אסאך תורה, אסאך רעדן צום אויבערשטן, אסאך תהלים, קען א מענטש צוריק ברענגען זיין מח, ער זאל אנהייבן צו שפירן דעם אויבערשן, ער זאל אנהייבן צו פארשטיין די הייליגע תורה.
 
בראתי תורה תבלין
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.