קאנגרעס פירט דורך געזעץ וואס פארלאנגט "איי-די" ביים וויילן
כה שבט תשפ"ו 📝
אין די לעצטע טעג האט דער אמעריקאנער קאנגרעס, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער, דורכגעפירט מיט א שמאלע מערהייט א נייע רעגולאציע איבער די רעכטן פון וויילן. לויט דעם פארשלאג וועלן אמעריקאנער בירגער מוזן אויפווייזן אז זיי זענען בירגער סיי ווען זיי רעגיסטרירן זיך צו שטימען און סיי ווען זיי גייען אפגעבן זייער שטימע ביי פעדעראלע וואלן. דער ביל, באקאנט אלס די "סעיוו אמעריקע אקט", איז אריבער אינעם הויז מיט 218 שטימען קעגן 213, מערסטנס לויט די פארטייאישע ליניעס.
אויב דאס געזעץ וועט דורכגיין ביז'ן סוף, וועט עס פארלאנגען פון יעדן איינעם וואס רעגיסטרירט זיך צו שטימען ביי פעדעראלע וואלן אויפצואווייזן מיט דאקומענטן אז ער איז א לעגאלער בירגער. דאס געזעץ וועט אויך מחייב זיין וויילער צו ווייזן א בילד "איי-די" ביים שטים-בודקע. אזוי אויך הייסט דאס געזעץ פאר די סטעיטס איבערצוגיין די וויילער ליסטעס צו פארזיכערן אז אומלעגאלע זענען נישט דארט, און עס וועט פארשטערקערן פעדעראלע אויפזיכט אויף די סטעיט רעגיסטראציע ליסטעס.
די שטיצער פונעם געזעץ טענה'ן אז דאס וועט פארשטערקערן די באגלייבטקייט פון די וואלן און וועט צוריקהאלטן אומלעגאלע פון זיך רעגיסטרירן און וויילן. פון דער אנדערער זייט טענה'ן די קעגנער אז דאס וועט מאכן שווער פאר מיליאנען מענטשן און וועט צוריקהאלטן בארעכטיגטע וויילער פון ארויסגיין שטימען צוליב די פילע שוועריגקייטן וואס דאס וועט גורם זיין.
וואס עס וועט למעשה בלייבן פון דעם דאזיגן געזעץ, צי עס וועט דורכגיין דעם סענאט צי נישט, איז נאך דערווייל נישט קלאר, אבער מיר דא דארפן זיך נישט זארגן. מיר זענען דאך אלע לעגאלע סיטיזענס, אידישע קינדער פון אידישע עלטערן, וואס דאס גיט אונז די פולע רעכט צו גיין שטימען, אויפצוהויבן אונזער שטימע און לאזן הערן אונזער געשריי. מיר וועלן אויסנוצן אונזערע רעכטן און ארויסגיין יעדן טאג אויף א שפאציר, רעדן מיט אונזער טאטע וואס ווארט צו הערן פון אונז, און זיך אויסגיסן דאס הארץ און אים דערציילן אלעס וואס דריקט אונז. מיר וועלן אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, דורכשמועסן מיט אים אונזערע ספיקות, און אים בעטן ער זאל אונז העלפן און מיטגיין מיט אונז וואו אימער מיר גייען.
קודם כל און איבער אלעס וועלן מיר אים דאנקען פאר'ן זיין געבוירן צו אידישע עלטערן און פאר'ן באקומען אן ערליכע אידישע חינוך. מען האט אונז געלערנט פון גאר יונג אן איבער אמונה, שבת, דאווענען און אלעס וואס א איד דארף וויסן. בשעת מיר האבן פונקט אזוי געקענט געבוירן ווערן ביי א גוי, און אפילו אויב מיר וואלטן דאן געהאט די זכיה זיך צו געוואויר ווערן פון די הייליגע אמונה, וואלטן מיר געמוזט דורכגיין א גאר שווערן און קאמפליצירטן וועג זיך אנצושליסן אינעם עם הנבחר. און דערנאך אז מיר האבן געטראפן א רבי וואס פארשטייט אונז, א צדיק וואס רעדט דירעקט צו אונזער דור, און האט עצות פאר די היינטיגע שוועריקייטן, און מיר קריגן נישט אויף אים.
ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו.