קאנגרעסמאן לאולער'ס זיץ דערטראנקען אין די "בלויע כוואליע"
כד חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
נעכטן דינסטאג פרשת חיי שרה זענען מיליאנען בירגער איבער גאנץ אמעריקע ארויסגעגאנגען צו די שטימע בודקעס אפצוגעבן זייערע שטימען. פונקט ווי די מבינים האבן פאראויסגעזאגט, איז די "בלויע כוואליע" טאקע אנגעקומען און מיט א שמוץ אריבער; לויט די ערשטע רעזולטאטן האבן די דעמאקראטן צוריקגעכאפט די קאנטראל פונעם קאנגרעס און פונעם סענאט אין וואשינגטאן מיט א שטארקע מאיאריטעט, בעת די רעפובליקאנער האבן פארלוירן כמעט אין יעדן פארמעסט וואו זיי האבן געהאט א שאנס צו געווינען.
דא ביי אונז אין ניו יארק סטעיט איז דער גאווערנאר אמט געבליבן ביי האוקל – א דעמאקראט, וואס האט ארויסגעשלעפט בערך 60 פראצענט פון די שטימען קעגן בערך 40 פראצענט פארן רעפובליקאנער קעגנער בלעיקמאן. דער סטעיט קאנטראלער טאמעס דינאפאלי איז אויך ווידערגעוויילט געווארן מיט כמעט 63 פראצענט. פון די ניו יארקער קאנגרעס זיצן וואס מען האט שוין ענדגילטיג באשטעטיגט, האבן די דעמאקראטן באקומען 19 זיצן, און די רעפובליקאנער בלויז 3.
אין קרית יואל זענען די אינקאמבענטס ווידערגעוויילט געווארן מיט א שטארקייט: קאנגרעסמאן רייען, וואס האט געהאט די אינדארסירונג פון די עסקנים, האט געווינען מיט איבער 62 פראצענט; סטעיט סענאטאר סקופיס מיט 59 פראצענט, און אסעמבלימאן איטשעס מיט כמעט 63 פראצענט. אין בלומינג גראוו איז דער רעפובליקאנער טאון סופערווייזער דזשעראלאמען באזיגט געווארן.
די גרעסטע סורפרייז איז אבער געקומען פון ראקלאנד קאונטי, וואו דער באקאנטער קאנגרעסמאן מייק לאולער, וועלכער האט רעפרעזענטירט מאנסי זינט שנת תשפ"ג, האט פארלוירן זיין זיץ. שוין נעכטן נאכט, בערך צוויי און א האלב שעה נאכדעם וואס די פאולס האבן זיך פארמאכט, ווען ער האט געהאלטן ביי 47 פראצענט קעגן 52 פראצענט, האט לאולער קאנסידיד און מודה געווען אין זיין נידערלאגע. אינעם 38'סטן סטעיט סענאט דיסטריקט האט דער אינקאמבענט רעפובליקאנער סענאטאר וועבער פארלוירן צום דעמאקראט ראנד, 46 קעגן 54 פראצענט.
פילע היימישע אידן אין מאנסי זענען ממש געבליבן שאקירט. מען האט געקוקט אויף לאולער אלס א נאנטער פריינט און אן אוהב ישראל; מען האט זיך שטענדיג געקענט פארלאזן אויף זיין אפיס צו בעטן סיי וועלכע הילף וואס דער ציבור אדער א יחיד האט נאר געדארפט, און מענטשן האבן זיך געפילט רואיג מיט אים, וויסנדיג אז מען האט א קאנגרעסמאן אויף אונזער זייט.
אבער אן ערליכער איד ווייסט אז ס'איז נישטא וואס צו פאניקן. ווי מיר האבן שוין געשריבן פאר די עלעקשאנס, קען זיך אונז דאכטן כאילו "מיר" וועלן אויס ווער עס זאל זיצן אויף די רעגירונג בענקלעך, אבער באמת ליגט אלעס נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן. דער באשעפער פירט די וועלט, און ער האט געשיקט הילף ביז היינט אויף אזא אופן, און ער וועט אונז ווייטער ביישטיין צו דער רעכטער האנט אויך מארגן, אויף וועלכן וועג ער וועט נאר וועלן.
דוד המלך לערנט אונז אויס אין תהלים (קמו, ג): "אל תבטחו בנדיבים" – מ'זאל זיך חלילה נישט פארלאזן אויף קיין שום מענטש, "בבן אדם שאין לו תשועה" – ווייל אפילו דער גרעסטער און מעכטיגסטער מענטש קען אפילו זיך אליין נישט העלפן, טא וויאזוי קען ער דען העלפן א צווייטן?
ווען א מענטש פארלאזט זיך אויף א בשר ודם קען דאס זיין זייער שווער, ווייל ווען מ'זעט אז יענער קען נישט העלפן, ווערט מען שטארק אנטוישט. אבער ווען מ'האט בטחון נאר אינעם אויבערשטן, ווערט מען נישט אזוי צוטרייסלט ווען א גוטער פריינד פארלירט; מ'ווייסט קלאר אז דער אויבערשטער וואס פירט די גאנצע וועלט איז דא, און ער האט ב"ה נישט פארלוירן קיין וואלן.
אונזער עבודה איז ווייטער פונקט די זעלבע ווי ביז היינט: מתפלל זיין צום רבונו של עולם, ארויסווייזן הכרת הטוב פאר וועמען עס קומט זיך, אבער אין די זעלבע צייט געדענקען אז א בשר ודם קען אונז נישט טון קיין ברעקל שלעכטס אדער גוטס אן דעם וואס עס זאל זיין באשערט פונעם אייבערשטן.
אשרי שק-ל יעקב בעזרו שברו על ה' אלקיו!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.