ווי שוין עטליכע מאל באריכטעט ווערט אין די טעג אסאך ארומגערעדט איבער די פארשידענע וועגן וויאזוי מען קען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה נאכדעם וואס די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען נאך דערווייל פארשפארט.
 
אזוי ווי דער נענטסטער עירפארט אינדרויסן פון אוקריינא צו אומאן איז אין שטאט "קישינעוו" אינעם לענדל "מאלדאווא". איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א זיצונג אין קישינעוו, ווי דער אוקריינישער קאנסול, דער מאלדאווער הויפט-רב הר"ר פנחס זאלצמאן שליט"א מיט נאך עטליכע ברסלב'ע עסקנים און כלל טוער האבן זיך צוזאם געזעצט און דורכגעשמועסט די מצב פון די גרעניצן, מען האט ערקלערט פארן קאנסול ווי וויכטיג עס איז פאר די טויזנטער חסידי ברסלב זיך צו געפונען אין אומאן אויף ראש השנה, און מען האט דורכגעשמועסט די זיכערהייט סיטואציע, און די מצב ביים גרעניץ וואס איז געווען לעצטענס שטארק פראבלעמאטיש.
 
דער אוקריינישער קאסול אין מאלדאווע האט דערקלערט איז פון אוקריינא'ס זייט איז דער לאנד גרעניץ פולקאם אפו, און זיין אפיס איז גרייט צו העלפן סיי ווער עס דארף הילף זייענדיג אין מאלדאווע.
 
לויט ווי הרב פנחס זאצלמאן זאגט איז דער זיצונג דורך מיט גרויס הצלחה, און ער איז איבערצייגט אז די רעגירונגען פון ביידע לענדער זענען פולקאם וויליג צו העלפן זיכער מאכן אז בעז"ה אז אלעס זאל דורכגיין מיט הצלחה.
 
אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל טאקע קענען אנקומען צום הייליגן רבין מיט אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה און פועלן א גוט געבענטשט יאר.