קאסטבארע וויכטיגע אפדעיטס געמאכט צום "ברסלב סענטער" עפפ
כה אב תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
אויסער אונזער שיינער וועבסייט וואס איר ליינט יעצט אויף א וועב בראוסער, קען מען נהנה זיין פון די געשמאקע קאנטענט פון דעם וועבסייט אויף אן עפפ. די וואס האבן א טעבלעט ווייסן אז עס איז זייער שווער צו געניסן פון די אינהאלט פון א וועבסייט (וואס איז געמאכט פאר א גרויסע סקרין) אויף א טעבלעט. עפל און ענדרויד האבן ערצייגט דערפאר די קאנצעפט פון "עפפס", וואס זענען אפליקאציעס ספעציעל געאייגענט פאר מאביל מכשירים - וואס אויף זיי קען מען גרינג און שנעל מישן און אנקומען וואו מען וויל.
ברסלב סענטער, האט אויפן פארלאנג פון פילע אידן זיך אריינגעלייגט א צייט צוריק צו ערצייגן א "ברסלב סענטער" עפפ, וואס טויזנעטער אידן האבן עס שוין געדאונלאוד, און באנוצן זיך דערמיט כסדר, צו הערן די שיעורים, בילדער, נייעס און אפדעיטס.
אבער ווי טעכנאלאגיע ארבעט, שטייען נישט זאך צו לאנג אויף איין פלאץ, און עדנרויד איז אויסגעוואקסן ווערסיע 13 (אויף וואס מען האט ערצייגט דעם עפפ צום ערשטן מאל) און אויף איר פלאץ איז ערשינען "ענדרויד 14". אינעם נייעם פלאטפארמע זענען צוגעלייגט געווארן פילע זיינע זיכערהייט מאסנאמען, און אזוי אויך פילע חלקים פון די "שפראך" וואס מען נוצט צו שרייבן עפפס האבן זיי געטוישט.
גוגל האט געשיקט א מעסעדזש צו די דעוועלאפערס, אז אויב זיי ווילן אז ברסלב סענטער עפפ זאל בלייבן אוועליבל אויף זייער "עפפ געשעפט" מוזן מען אפדעיטן און איבערשרייבן גרויסע חלקים פונעם עפפ, כדי עס זאל בלייבן קאמפלייענט מיט זייערע נייע רעגולאציעס און שפראך.
קרן הדפסה האט זיך שטארק אריינגעלייגט דערין, און במשך די לעצטע וואכן איז מען געזיצן מיט דעוועלאפערס און אויסגעארבעט די נייע עפפ, מען האט נישט געשוינט קיין מי און קיין געלט, און ב"ה אז מען האט עס שוין געענדיגט, און אלע וואס האבן דעם עפפ, וועלן באקומען א נאטיפיקאציע דרוכן "פלעי סטאר" אז עס איז דא א פרישע אפדעיט.
אויב פארמאגט איר א מאביל דיווייס, איז יעצט די צייט איר זאלט אריינקוקן און אויספרובירן ברסלב סענטער אינעם עפפ סטאר. אזוי אויך די אלע וואס האבן עס שוין, זאלן עס אפדעיטן, כדי זיי זאלן ווייטער קענען הנאה האבן דערפן.
עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר די שטאב פון קרן הדפסה, וואס האט אריינגעלייגט גרויסע כחות אז מען זאל פארטיג ווערן אין צייט. און אלע באנוצער זאלן ווייטער קענען נוצן און געניסן פון די פילע געשמאקע תוכן פונעם עפפ.
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447 אדער askgershon@gmail.com.