א קאר וואש
ב אלול תשפ"ה 📝
שאלה: פאריגע וואך האט מיר מיין טאטע מיטגענומען ווען ער האט געמאכט א קאר וואש, איך האב מיך נישט געקענט אפוואונדערן פון די גאנצע זאך. איך וואונדער מיר פארוואס שפירט זיך אזוי געשמאק צו זען א קאר וואש?
רפאל ווי.
ענטפער: וואס איז אזוי געשמאק? וואס הייסט: איך האב גענוצט מיין קאר גאנץ זומער אין די קאנטריס, עס איז פארשטויבט, פארשמירט, אפילו די פארב זעט שוין אויס כמעט גרוי, אבער איך טוה גארנישט, איך פאר בלויז דורך דעם קאר וואש, און אלעס געשעט אליינס: עס קומען צו פארן פייפס וואס שפריצן ארויף דערויף שטארקע שטראמען פון וואסער, דערנאך ווערט דער קאר באדעקט מיט ווייסע שוימיגע זייף, און יעצט קומען די שרעקעדיגע "ספיידערס" די לאנגע שמאטע ארעמעס וואס הענגען אראפ פון דאך און האקן וואשן און און ווישן די קאר.
דערווייל בין איך געזיצן אויף מיין זיץ מיט א משניות אין די הענט, דער קאר אויף נוטעראל, אבער מיין קאר קומט ארויס אויף די אנדערע זייט הערליך גלאנציג פריש און שיין.
אפילו פון אינעווייניג שפירט זיך די קאר פריש, און עס שפירט זיך אזוי געשמאק צו פארן אינעם שיינעם בליטשעקדיגע קאר, וואס אפילו די רעדער גלאנצן און שיינען.
אמת, מען האט גארנישט געטוישט אין די קאר, מען האט נישט געלייגט קיין נייע מאטאר, מען האט נישט געטוישט די זיצן, אבער עס שפירט זיך ווי א נייע בריאה. אויפגעפרישט און גרייט צו פארן ווייטער אויף שיינע און גוטע פלעצער.
ממש דאס איז וואס מיר גייען יעצט בעזרת השם טון, נישט מיט די קאר, נאר מיט אונז אליינס. מיר וועלן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבי'ן, דער רבי טוט מיט אונז ממש די זעלבע זאך. עס איז דורך אויף אונז א שווערע יאר, מיר האבן מיטגעמאכט גאר אסאך ברוחניות ובגשמיות, מיר זענען פארשטויבט, פארשמירט, מיר שפירן זיך נישט פריש, מיר דארפן עמוירזשענסי א פרישע באד, א קאר וואש פאר די נשמה.
עס איז דא א מלחמה? מען דארף פאר'ן מיט א סטאפ? מען דארף דורכגיין א גרעניץ? עס קאסט אסאך געלט? מען פארט לאנגע שעות אין איין צו? אבער עס לוינט זיך אלעס. מיר ווייסן צו וואס מיר קומען. מיר זענען אזוי פרייליך און עקסיידעט טראץ אלע מיטמאכענישן, ווייל מיר גלויבן און מיר ווייסן וואס דער רבי האט געזאגט, אז ווער עס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, נישט קיין חילוק ווי שטויביג, שמוציג און פארשמירט מיר זענען, וועט ער אונז אפוואשן, אפווישן, און פאררעכטן, און מיר וועלן ארויסקומען פון רבינ'ס ציון אויפגעפרישט און באנייט, גרייט פאר'ן קומענדיגן נייעם יאר.
אבער עס איז נישט נאר דאס, מיר וועלן פועלן ביים רבי'ן א זיסע געבענטש יאר, פאר אונז פאר אונזערע משפחות און פאר גאנץ כלל ישראל, א יאר פון אמונה, א יאר פון שמירת עינים, א יאר פון רעדן צום אויבערשטן, א יאר פון פרנסה, א יאר פון רפואות. א יאר פון זיך באנייען און זיך אויפפרישן יעדע מינוט פון פריש.
אני נהר המטהר מכל הכתמים!
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער אדער צו שיקן א שאלה,
קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447,
אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.