איך וויל פארשטיין וויאזוי מען מאכט פאפענדעקל; עס באשטייט דאך פון נישט מער ווי עטליכע דינע פאפירן וואס זענען צונויפגעשטעלט, און פלוצלינג ווערט עס אזוי הארט אז מען קען מאכן דערפון באקסעס וואס קענען האלטן דערין שווערע ספרים.
 
אליעזר שלמה טייטלבוים, קרית יואל



ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
זייער א שיינע שאלה האסטו געפרעגט, אליעזר שלמה'לע.
 
צוערשט לאמיר קלאר מאכן פאר אונזערע ליינער וואס ווייסן נישט וואס "פאפענדעקל" מיינט: פאפענדעקל איז דאס אידישע ווארט פאר "קארדבארד".
 
יעצט צו דיין שאלה. עס איז באמת א געוואלדיגער וואונדער; עס איז פשוט פאר יעדעם איין אז א דינער שטיקל פאפיר קען מען גרינג איינבייגן און צערייסן, אבער ווען מען שטעלט עס צוזאם אויף א געוויסן אופן, ווערט עס פארוואנדלט אין א שטארקע קארדבארד וואס קען אויסהאלטן שווערע הונדערטער פונט.
 
דער תירוץ ליגט נישט אינעם פאפיר אליין, נאר אינעם אופן וויאזוי עס איז צוזאמגעשטעלט און באהאפטן.
 
רוב קארדבארדס באשטייען פון דריי שיכטן. די צוויי דרויסנדיגע שיכטן זענען גלאטע, דינע פאפירן (באקאנט אלס "ליינערס"), אבער די מיטעלסטע שיכט איז נישט גראד, נאר עס באשטייט פון "כוואליעס" – געדרייעטע פאפירן וואס פארן נאכאנאנד ארויף און אראפ.
 
דאס איז דער יסוד. ווער עס האט שוין אמאל עוסק געווען אין אינזשענירינג ווייסט, אז א "בויגן" (ארטש) איז איינע פון די שטארקסטע פארעמס צו האלטן א שווערע וואג. (איידער מען האט געוויסט וויאזוי צו בויען שטארקע בנינים פון אייזן און צעמענט, פלעגט מען על פי רוב נוצן דעם בויגן-מעטאד; רוב אלטע בתי מדרשים און בריקן באשטייען פון בויגן-פארעמס). ווען מען לייגט אריין א שווערע וואג אינעם באקס, צעטיילט זיך דער דרוק גלייך איבער אלע קליינע כוואליעס און בויגנס, און אזוי קען עס טראגן גאר אסאך.
 
כדי די כוואליעס זאלן זיך האלטן, ווערן זיי צוגעקלעפט צו די צוויי דרויסנדע שיכטן פאפיר מיט גאר שטארקע קלעב, וואס דאס פארמירט א דיקע סטרוקטור וואס לאזט נישט די פאפירן אזוי גרינג איינפאלן אדער זיך בייגן.
 
דער באקס דערמאנט אונז אבער עפעס וויכטיג: ווען מיר שטייען גראד און מיר פארגעסן ווער מיר זענען באמת, זענען מיר גארנישט. מיר זענען ווי א גלאט שטיקל פאפיר וואס מען קען צורייסן מיט א בלאז, און יעדע זאך קען אונז צוברעכן.
 
אבער דער צדיק גיט אונז אן עצה: לאמיר זיך צוזאמעננעמען מיט גוטע און ערליכע חברים וואס האבן איין ציל – מיר ווילן אלע ווערן נענטער צום אויבערשטן און טרעפן א וועג וויאזוי מיר קענען ווערן בעסערע אידן. צוזאמען בייגן מיר זיך איין פארן אויבערשטן און מיר חזר'ן כסדר אז דאס וואס מיר גייען דורך אין לעבן זענען כוואליעס וואס מיר מוזן אדורכגיין. דער אויבערשטער האט דאס אזוי אויסגעשטעלט מיט א פונקטליכן פלאן, נישט סתם אזוי, נאר כדי אונז שטארק צו מאכן מיר זאלן קענען פארנעמען די שווערע וואג וואס מיר דארפן האלטן.
 
די כוואליעס דארף מען צוקלעבן צו צוויי גראדע שיכטן, און דאס זענען תורה און תפלה. "וואס דארף א איד טון?" האט דער רבי געזאגט, "א איד דארף נאר לערנען און דאווענען, און דאווענען און לערנען." און וויאזוי קלעבן מיר זיך צו צו תורה ותפלה? ווי קויפט מען דעם "גלו"? דאס איז דורך תמימות ופשיטות – נעמען די ווערטער פונעם צדיק און אים פאלגן, צי מען פארשטייט יא צי מען פארשטייט נישט. נוץ דיין מויל און זאג ווערטער צום אויבערשטן. פשוט: "באשעפער, איך וויל רעדן צו דיר", און עפן אויף א משניות און פשוט "זאג די ווערטער".
 
אז מיר וועלן פאלגן דעם צדיק, וועלן מיר זיין זייער שטארק און עס וועט אונז זיין פיל גרינגער צו האלטן די שווערע פעקלעך וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן.



פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.